מ. צאני ו די יידישע קהילה לוקאוו די אלטע יידישע קהילה לוקאוו איז געאגראפיש און סטראטעגיש gelegen אויף א רוישיקן טראקט — צווישן פוילן און ליטע, און האט ווי געדעקט דאס פאדליאשער פלאכלאנד. מסתמא דערפאר איז לוקאוו געווען אפשר דער עלטסטער יידישער ישוב אין פאדליאשע און נאך איידער קריסטן האבן דא אויפגעבויט א קירך, האבן יידן אויפ״ געבויט זייער שול. אויב אין דער שטאט לוקאוו האט מען נישט אנגעזען די סימנים פון די שטורמישע דורכמארשן פון כמיעלניצ־ קיס הארדעס, פון די שוועדן, פון נא־ פאלעאנס חיילות, פון די רוסן און אנ־ דערע, איז עס נאר דערפאר, ווייל די פארביימארשירנדיקע האבן אויסגע־ רויבט, געמארדעט און פארברענט אזוי גרינטלעך, אז קיין צייכן זאל נישט בלײבן פאר די נאכקומער. און ווי די געשיכטע פון דער קרוינשטאט לוקאוו איז געווען א שטורמישע,
אזוי שטורמיש און ווייטאל איז געווען דאס לעבן פון דער יידישער קהילה לוקאוו. ק״ק לוקאוו איז געווען פון גרויסן יחוס, געהאט די שענסטע רבנים אין פאדליאשע, און אויך איר לעצטער רב איז, אויב איך האב קיין טעות נישט, געווען א קאצקער אייניקל. ווי אין לוקאוו האט פריער געברענט א פלאמיק חסידות פון אלע אפצווייגונגען פון קאצק, אזוי האט שפעטער און ביז דעם אונטערגאנג דא געברענט א פלאמיק חסידות פון אלע >ןפצוויי־ גונגען פון גאציאנאלער און סאציאלער באפרייאונג אויף צו באפרייען כ^טשבי די גאנצע וועלט. לוקאווער יידן זענען געווען פון דער פאדליאשער גזע: יידן געזונטע, ארבעטזאמע, ארנטלעכע און א שפאר ביסל קאנסערוואטיוו. אין דער מלחמה צווישן מתנגדים און חסידים האבן לוקאווער יידן געקעמפט ווי די לייבן קעגן די חסידים. נאר אז זיי האבן דערפילט דעם טעם פון חסידות, איז אין לוקאוו קיין מתנגד נישט געבליבן אפילו אויף רפואה • אזוי אויך אין