130 ססר יוקןוװ ציון״. מען דארף אנערקענען׳ אז די דאײקע שול האט אריעגעבראכט זן םד פרײד אין ײדישע שטובן. איך װיל דא אונטערשטרײכן׳ אז דער קולטור־פאראײן איז געװעןא צענטער פאר אלע יידישע פאליטישע גרופירונגען און געהאט אן אנזעו אויד אויף דער נישט־ ײדישער גאם. אין לוקאװ זעגען געװען אקטױו אלע אן אויםנאם פאליטישע פארטײען: אגודת ישראל׳ מזרחי׳ פועלי מזרחי׳ צױנים כללײם׳ צ. ם. צעירי־צױן׳ פועלי־צױן רעכטע׳ פועלי־ציון לינקע׳ פאלקם־פארטײ׳ ״בונד״, ״קאמבונד״׳ קאמוניםטן׳ ״החלח׳. עם זענען געװען אויד חםידים פון אלע רבישע גזעם. פון די אינםטיטוציעם דארף מען דערמאנען קודם־כל דעם האנטװערקער־פאראיץ׳ די גמילות־חםדים־קאסע און די געזעלשאפטלעכע בענק. אין רעליגיעזן םעקטאר האט לוקאװ׳ פארמאגט גאוניש־למדנישע געשטאלטן פון א הויכן מאראלישן גױוא און אויטאריטעט. זײ זענען געװען די׳ װאס האבן מיט זיד םארגעשטעלט דאס לוקאװ של מעלה.
לוקאװ האט פארמאגטא שײנע אגטיקע שיל איז אוידא ריי בתי־מדרשים. גע־ לערנט גמרא אץ פוםקים האט מען אינעם גרויםן אלטן בית־מדרש און אינעם קלענערן א. ג. חיה שרהם בית־מדרש. דער לעצטער איז געװען נאענטער צום געמיט צוליב דער אטמאםפער דארט. די בחורים האבן זיך דארט געפילט׳ װי בײ זיך און מען האט געלערנט מיט חשק מיטן באטעמטן גמרא־ניגון. װען ם׳איז נישט געװען קײן זײטיק אויג׳ האט מען אויך געכאפטא בליק אין םפרים חיצונים. פץ יעגע לערנערם האבןא טײל זיך אפגעגעבן שפעטער מיט קולטור־געזעלשאפטלעכער ארבעט צװישן דער ײדישער באגעלקערונג. חיה שרהם בית־מדרש איז מיר געװען נאענט אויד צוליב דעם׳ וױיל דארט פלעגט מײן פאטער ע״ה יעדן טאג פראװען שחרית. ער האט מעין געװען אין אזעלכע םפרים װי ״שיטה מקובצת״, ״נודע ביהודה״׳ אדער אין ״יד החזקה להרמב״ם״. אפט האבן דארט זיך געטראפן ר׳ מאיר לאשיצער׳ ר׳ אהרון נטע (אליעזר װאקםמאגם אײדעם) און בנציון מלמד. זײ האבן צוזאמען מיט יצחק אימיקן זיד מפלפל געװען אין שװערע סוגױת. די דאזיקע מענטשן זענען געװען אויםגעטאן פון גשמױת און דיער גאנצע צײט האבן זײ אפגעגעבן פאר העכערע גײםטיקע ענינים.