Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 134
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-913

130 ססר יוקןו װ ציון״. מען דאַרף אנערקענען ׳אז די דאָיקע שול האט אריעגעבראכט ז ן ם ד פרייד אין ייִדישע שטובן . איך װיל דא אונטערשטרײכן ׳אז דער קולטור־פאראיין איז געװען א צענטער פאר אלע יידישע פאליטישע גרופירונגען און געהאט א ן אנזעו אויך אויף דער נישט־ ײדישער גאס . אין לוקאװ זעגן געװען אקטױו אלע אן אויסנאם פאליטישע פארטײען : אגודת ישראל׳ מזרחי׳ פועלי מזרחי׳ צױנים כללײם׳ צ . ם . צעירי־צױן׳ פועלי־צױן רעכטע׳ פועלי־ציון לינקע׳ פאלקס־פארטײ׳ ״בונד״, ״קאמבונד״׳ קאמוניםטן׳ ״החלח׳ . עם זענען געװען אויך חסידים פון אלע רבישע גזעם . פון די אינסטיטוציעם דארף מען דערמאנען קודם־כל דעם האנטװערקער־פאראיץ׳ די גמילות־חסדים־קאסע און די געזעלשאפטלעכע בענק . אין רעליגיעזן סעקטאר האט לוקאװ׳ פארמאגט גאוניש־למדנישע געשטאלטן פון א הויכן מאראלישן גױוא און אויטאריטעט . זײ זענען געװען די ׳װאס האבן מיט זיד םארגעשטעלט דאס לוקאװ של מעלה .

passage_733efc7763e9e33c8723e349
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 915-2067

לוקאװ האט פארמאגט א שײנע אגטיקע שײל איז אויך א רײ בתי־מדרשים. געלערנט גמרא און פוסקים האט מען אינעם גרויסן אלטן בית־מדרש און אינעם קלענערן א.ג. חיה שרה׳ם בית־מדרש. דער לעצטער איז געװען נאענטער צום געמיט צוליב דער אטמאספער דארט. די בחורים האבן זיך דארט געפילט װי ביי זיך און מען האט געלערנט מיט חשק מיטן באטעמטן גמרא־ניגון. װען ם׳איז נישט געװען קײן זײטיק אויג׳ האט מען אויך געכאפט א בליק אין םפרים חיצונים. פץ יעגע לערנערס האבן א טייל זיך אפגעגעבן שפעטע ר מיט קולטור־געזעלשאפטלעכער ארבעט צװישן דער ײדישער באפעלקערונג. חיה שרה׳ם בית־מדרש איז מיר געװען נאענט אויך צוליב דעם׳ װייל דארט פלעגט מײן פאטער ע״ה יעדן טאג פראווען שחרית. ער האט מעין געװען אין אזעלכע םפרים װי ״שיטה מקובצת״, ״נודע ביהודה״, אדער אין ״יד החזקה להרמב״ם״. אפט האבן דארט זיך געטראפן ר׳ מאיר לאשיצער, ר׳ אהרן נטע (אליעזר װאקסמאנס אײדעם) און בנציון מלמד. זיי האבן צוזאמען מיט יצחק אימיקן זיך מפלפל געװען אין שווערע סוגױת. די דאזיקע מענטשן זענען געװען אויסגעטאן פון גשמױת און זייער גאנצע צײט האבן זיי אפגעגעבן פאר העכערע גײסטיקע ענינים.

passage_f23f1c708ba19b4a0970efe0