מ. פעלדמאן גמילת־חםד־קאסע אין לוקאװ װען מיר פאראײביקן דאס לעבן און אונטערגאנג פון די לוקאװער יידן, מוזן מיר אײדער דערמאנען אז א װיכטיקע דאן עקזיםטירנדיקע אינםטיטוציע, װי די גמילת־חםד־ קאסע איז געװען פאר דעם נויטבאדערפטיקן ײדישן פאלקם־מענטש, וועלכער איז עקא־ נאמיש רואינירט געװארן צוליב דער דעמאלטיקער אנטיסעמיטישער פוילישער פאליטיק. א דאנק דער גמילת־חםד־קאסע איז ד״ונדערטער ײדן געלונגען אויפצוהאלטן און אפילו צוריק אויפבויען זײערע פארלוירענע עקאנאמישע פאזיציעם. דאס איז געװען דער פארדינסט אויסשליםלעך פון אײניקע ױנגע ענערגישע לוקאװער געזעלשאפטלעכע טוערם, וועלכע האבן אװעקגעגעבן זײער גאנצע ענערגיע צו דערהײבן די גמילת־חםד־ קאסע אלס א פאלקם־אינםטיטוציע, באליבט און געאכטער ביי דער גאנצער לוקאװער ײדישער באפעלקערונג אן אונטערשיד פון ריכטונג. לאמיר טאקע איצט דערמאנען די אלע, וועלכע האבן אװעקגעגעבן זײער מי און ענערגיע פאר גרינדן אזא קאסע ביי אונז אין לוקאװ.
זײער שװער איז איצט צו באשרײבן אלע פרטים װעגן דער אנטשטײונג און אנט־ װיקלונג פון דער לוקאװער ײדישער גמילת־חםד־קאםע. לײדער באזיץ איך נישט קיץ דאטעס און ציפעח װאס װאלטן מער אפגעשפיגלט די טעטיקײט פון דער אינםטיטוציע. אבער די קליע צאל לעבנגעבליבענע לוקאװער ײדן קענען פעםטשטעלן, אז די קאםע איז געװען פרײ פון פערזענלעכע און פארטײאישע טענדענצן און געהאלפן די גאנצע לוקאװער ארעמקײט צו דערהאלטן זײער עקאנאמישע עקזיםטענץ. אײניקע מאל האבן אונדזערע לאנדםלײט אין אמעריקע באמיט זיך, אז אין לוקאװ זאל געגרינדעט װערן א גמילת־חםד־קאסע. זײ האבן פארשטאנען, אז נאר דורך קאנ־ םטרוקטױוער הילף קען מען באמת העלפן. צו דעם צװעק האבן זײ געהאט ארײנגע־ שיקט א גרעסערע םומע געלט. אבער צוליב פארשידענע פעחענלעכע רײבונגען איז די קאםע דאן נישט געשאפן געװארן. דאך האבן אונדזערע לאנדםלײט אין אמעריקע נישט גערוט, אז אזא קאםע זאל יא געשאפן װערן.
סוף יאר1937 װער איך גערופן צום לוקאװער רב ז״ל אץא פארשטײער פון װאר־ שעװער /,דזשאינט״, ה׳ טארטשינסקי, דערקלערט מיר, אז לויטן אויפטראג פון םעקרע־ טאר פון די לוקאװער לאנדםלײט אין אמעריקע ה׳ אלבעדט בראן (משה עקיבא מלכם זון) דארף איך איבערנעמען די איניציאטױו צו גרינה אין לוקאװא ײדישע גמילת־חםד־ קאםע. דער ה׳ טארטשינםקי איז גרײט תיכף צו געבן500 דאלאר אויף דעם צװעק און בײא גוטער אנטװיקלונג פון דער קאסע װעלן זײ געבן נאך500 דאלאר אין דער פארעם פמ קרעדיט און פון מאנאטלעכע צוריקצאלונגען. די לוקאװעד יידישע באפעלקערונג 132