Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 140
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1322

משה צוקערמאן דאם אנטשטײן פון פועלי־צױן לינקע אין לוקאװ אין א פרײטיק צונאכטס פון יאר 1924 איז פארגעקומען א קעםטל־אװנט אין ביבליאטעק. עס איז געװען פאחאמלט א היפשער עולם. חײם מאיר הײגלום האט געעפנט דעם אװנט מיט דער ערשטער פראגע: דער װעג פונעם ײדישן ארבעטער. דאם װארט באקומט משה הארטמאן פון ״בונד״. ער אנטװיקלט דעם בונדישן פראגראם װעגן דער לײזונג פון די סאציאלע און נאציאנאלע פראבלעמען אויפן ארט. נאך אים טרעט ארויס משה שלאכטאװיטש, װעלכער באמיט זיך צו באװױזן, אז נאר די ״21 פונקטך זענען דער װעג פארן ײדישן ארבעטער, איך האב געבעט דעם װארט און אויפגעװיקלט די עיקרדיקע מאמענטן פונעם באראכאװ־פראגראם. איך האב אונטער־ געשטראכן דעם לעבנםװיכטיקן 22םטן פונקט — װעגן שאפן א הײם פארן ײדישן ארבעטער אין פאלעסטינע. עס האבן גערעדט נאך מענטשן, און נאכן פארענדיקן דעם אװנט, װען איך בין ארויםגעגאנגען פון זאל, זענען צו מיר צוגעקומען צװײ יונגעלײט: גדליה גאלדפינגער, א םטאלער־ארבעטער, און שלמה לאטערמאן, א שניידער־ארבעטער. זײ האבן דערקלערט, אז הױת װי לויט מײן רעח, געהער איך מסתמא צו די לינקע פ.צ., און זײ זענען מסכים מיט מײנע אויספירן, לייגן די פאר צוזאמען מיט מיר צו שאפן אן אפטײלונג פון דער פארטײ אין לוקאװ, ווו עס זענען פאראן א םך םימפאטיקער פון פועלי־צױן לינקע.

passage_e75035516a0a962a3594885c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1324-2377

דעם נאענטסטן מיטװא ך האב ן מיר זיך געטראפ ן בײ לאטערמאןען אין שטוב. אחח די פריער דערמאנטע זענען דארט געװע ן אנװעזנדיק צװײ חברטעס. • רויזע פישבײן, א שנײדערין (הײנט אין פאריז) און לאה פאקטאר. די לעצטע איז געװע ן דעם קברנם טאכטער. מיר האבן באשלאסן צו רופן די ערשטע זיצונג דעם קומענדיקן שבת. צולי ב פארזיכטיקײט — אין שטאט האט דאן געבושעװעט דער דעפענםיװע־אגענ ט םאװיצקי — האבן מיר באשטימט, אז די זיצונג זאל פארקומען טאקע בײ לאה פאקטארן אין שטוב — אויפן בית־עולם. אויף דער דאזיקער זיצונג זענען שוין געװע ן 9 פעחאן: נאך 3 מײדלעך און העניעק פון טערעםפאל, װאם האט געארבעט בײ מיגדאלן דעם פאטאגראפיסט. מיר האבן באשלאסן אנהײבן װערביר ן מיטגלידער. איך האב זיך געװענדעט צו די חברים אין שעדלעץ, און די האבן צו אונדז געשיקט דעם חבר מאיר זאלצמאן. די זיצונג מיט אים איז פארגעקומען בײ לאה פאקטאר בײ געדעקטע טישן, עס זאל הײסן, אז דאס פראװע ט מען א תנאים. א װױיטערדיקע פאחאמלונ ג איז פארגעקומען מיטן אנטײל פון ח׳ זאטול רויזענזום פון שעדלעץ, 136

passage_bb4349f05d12bc26a1fad7f5