Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 151
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1319

ספר לוקאוו 147 דאך, נאך אלע קריזיסן, האט דער ״השומר הצעיר״ געפירט אן אינטענסױוע ארבעט. מען האט געבראכטא לערער פון װילנע׳ װאס האט געטאןא סך פארן חינוך. אין ״החלוץ״ האט דער ״השומר הצעיר״ אויסגעפירט כמעט די גאנצע ארבעט. איך װיל ענדיקן מײנע זכרונות װעגן ״השומר הצעיר״ אין לוקאװ מיט צװײ בריװ, די לעצטע בריװ פון גרשון צוקערמאן און אסתר סרעברניק. די בריוו זענען געשריבן אין לוקאװ אין די יארן 39—1938. י. ראזענבלום מיט זײן קבוצה גרשון צוקערמאן שרײבט מיר איןא ברױו צװ. אנד.: ״יחיאל׳ דו פרעגסט זיך װעגן מײן עליה, װען איך װעל קומען קײן ארץ־ישראל. איך גלײב שוין נישט׳ אז כ׳װעל עולה זײן. איך בין אין גאנצן פארצװײפלט. דיר איז שװער זיך פארצושטעלן׳ אז איך זאל זײן אזוי פעסימיסטיש, אבער לײדער איז עסא פאקט. בײ אונדז אין לוקאװ איז אלץ טויט. אפשר איז מײן שטימונג אזא. דו פרעגסט זיך װעגן דער ארבעט אין קן און אין ״החלוץ״. דער גאנצער קן באשטײט פח בלויז קינדער. פעלצמאן ארבעט ביז שפעט. און די סרעברניקס זיצן אין דער הײם. דו קענסט זיך פארשטעלן׳ אז די סרעברניקס זאלן קענען זיצן אין דער הײם? אזא יאוש, אז מ׳קען משוגע װערן. יחיאל׳ דו קענסט זיך נישט פארשטעלן׳ װי עס זעט איצט אויס אין פוילן. דו דארפסט זיך פילן גליקלעך װאס דו ביסט אין ארץ־ישראל״.

passage_47ea94808acef13f212eb973