Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 163
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-962

ספר לוקאװ 159 די מעדעם־שול אין לוקאװ די ייִדישע פאלקסשול א.נ. פון װל. מעדעם, איז געעפנט געווארן אין אקטאבער 1928 אין דער אנוועזנהײט פון יעקב פאט. פאר אונדז, קינדער אין יענער צײט, איז דאס געװען א גרויסע פײערונג. מיר האבן ליב געהאט די שול פון ערשטן טאג אן. זי האט אונדז דערצויגן אין גײסט פון זעלבשטענדיקע און שטאלצע ױגנטלעכע א דאנק דער איבערגעגעבנקײט פון די לערער: משפחה װיגאדזקי, קאמיעניעצקי׳ אויערבאך (די לערער זענען נישט געװען קײן לוקאװער). אין דער שול־פארװאלטונג זענען געװען פאלגנדיקע פערזאנען: חיים מאיר הײבלום, איטשע הײבלום, משה הארטמאן און פרוי, שלמה לוטערמאן, לײבעל קראמאזש, ירחמיאל לאנדסבערג. די מעדעם־שול אין לוקאװ דער בודזשעט פון דער שול איז געװען זײער אן ארעמער. די שול האט נישט באקומען קײן סובםידיעם נישט פון דער קהילה און נישט פון מאגיםטראט. די שול האט זיך געראנגלט פאר איר עקזיםטענץ מיט דעם קלײנעם שכר־לימוד, װאם די עלטערן

passage_78523897949744ef473a219b