Original scan
Original memorial-book scan 169
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-903

ססר לוקאװ 165 געקאנט זען יצחק דעם שװארצן און אנשל װאמפ. דער לעצטער איז געװעןא ײד מיטא ריזיקן בויך. אפשר צוליב דעם האט מען אים גערופן ״װאמפ״. ער איז נישט געװען קיץ ארעמאן׳ אבער ער האט געחלשט נאךא ביםעלע כבוד. ער האט דװקא געװאלט װערן קהילה־דאזאר מצד די האנטװערקער. יצחק דער שװארצער דאקעגן איז געװען אן ארעמער שנײדער אוןא טוער בײ די בעלי־מלאכות. אנשל איז געװעןא נאיװער מענטש און יצחק האט דאם אויםגענוצט. עטלעכע מאל אין טאג פלעגט ער קומען צו אנשלען און אים ארויםרופן: ״אנשל, איך האב שוין מענטשן, װאם װעלן שטימען פאר דיר. דער און יענער. האםטא פאפיראם ?״ אנשל פלעגט ארויםנעמען דאם פעקל פאפי־ ראםן און יצחק האט גענומעןא10—15 שטיק. געענדיקט אויםרײכערן— איז ער װידער געקומען צו אנשלען מיטן זעלבן פזמון. מען דערצײלט, אז װען אנשל איז געװארן אויםגעקליבן אלם פרנם אין דער קהילה,

passage_7d390d2ca683ce023b7090a0
Passage 2normalized OCR · source chars 905-1876

איז ער געקומען אהין זען, ור עם גײט צו די ״ארבעט״. ער האט געזען, װי דער םעק־ רעטאר זיצט בײ גרויםע ביכער, און בײ יעח פנקם זענען אויף די מארגינעזן פאראן אלף־בית־םימנים, כדי צו פארלײכטערן דאם געפינען די ענינים און פערזאנען. צו מארגנם, װען דער םעקרעטאר איז געקומען, האט ער דערזען, אז די אלע םימנים זענען אפגעריםן. װען מ׳האט זיך דערוװםט, אז דאם איז געװען אנשלם ארבעט׳ האט ער דאם דערקלערט דערמיט, אז ער האט ליב רײנע ארבעט, עם זאלן נישט נאכהענגען קיץ צויטן, װײטערא ביםל, אויף עק מעזריטשער, איז געװען ר׳ שלומם טשאיניע,א קלײנער רעםטאראן פאר יידישע בעל־מלאכות אויף צו כאפןא קײ. קעגנאיבער דער טשאיניע, איןא בוידעם־שטיבל אויפן צוױיטן שטאק, האט געוװינט דער שלײפער— זײערא הויכער און דארער. ער פלעגט שלייפן מעםערם און שערן, און ער האט אויף צופארדינט מיט שערעריי. ער האט געוװינט אײנער אליין. מען האט זיך געװיצלט, אז ער שםילט אין שאך מיט דער קאץ.

passage_402472256f08e469c1ea6c83
Passage 3normalized OCR · source chars 1878-2989

דא, אין עק פון מארק, קעגנאיבער טרישלם געשעפט, האט זיך געפונען דאם הוטן־ געשעפט פון בלאשקי. דער בעל־הבית איז תמיד געװען אויםגעפוצט, מיטא הארטן קאפעלוש אויפן קאפ. זײנע הויזן זענען געװען אזוי געפרעםט, אז מ׳האט זיך געקאנט צעשנײדן פון די קאנטן: די שיך האבן אזוי געבלישטשעט, אז מען האט זיך געקענט שפיגלען אין זיי. ער האט געדארפט זיץ אן אקטױוער טוער פון,״בונד״ אדער םון דער פאלקם־פארטיי. װען ער האט שפאצירט אין גאם האט מען פון ווי װייט געהערט דאם םקריפען פון זיינע אויםגעפוצטע שיך. די הענט האט ער תמיד געהאלטן אויף הינטן. איץ מאל האט ער געקויפט בייגל, און װי תמיד, האט ער זיי געהאלטן מיט די הענט פון הינטן. דערװײל איז אדורךא קאזע און ארויםגעכאפט די בײגל. בלאשקי האט אנגעהויבן נאכיאגן די קאזע. װען מענטשן האבן אים געפרעגט, װאם ער יאגט די קאזע׳ האט ערא פארםאפעטער געענטפערט: ״די קאזע װײםם שוין פאר װאם איך יאג זי״. אדורכגייענדיק עטלעכע שפייז־קראמען אוןא ברויט־געוועלב האט זיך געפונען פלוגם שענק. דארט זענען שטענדיק געזעםן די טרעגערם. פלוג אליץ איז אויך געװעז

passage_fe9e44f205fbaa646639bfe1