Original scan
Original memorial-book scan 209
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1310

אהרון קופיעץ א בינטל זכרונות װער פון די לוקאװער געדענקט דעם נישט רח ליצחק־אשר סאדעװאסער־געװעלג אויף דער װארשעװער גאס? רחל איז יוגגערהײט געבליבן אן אלמנה — מיט 5 קינדער, דרײ מײדלעך און צװײ ײנגלעך. מיר האבן געװוינט אין שכנות, אויפן מעזריטשער גאס. אין זעלבן הױף האט רחל געהאט די סאדעוואםער־פאבריק. פון דער גאנצער שטאט פלעגט מען קומען צו רחלען טרינקען א גלאז סאדעװאםער מיט סאק, װאם האט געהאט טויזנט טעמים־קאלט, גוט גאזירט און מיט א געשמאקן קארשן־םאק און דער עיקר, אויב עמעצער האט געבעטן א האלבן גלאז װאםער מיט םאק, האט רחל נישט געזשאלעװעט און געגעבן דרײפערטל גלאז. האבן טאקע ײח באשטעלט אנשטאט א גלאז — צװײ מאל צו האלבע... רחל האט געהאט פרנסה בשפע. די עלטערע צװײ טעכטער, פײגע און עלקע, האבן געארבעט אין געװעלב. די יונגסטע, חנה, איז געװען די שטוב־באלעבאםטע. די צװײ ײנגלעך, יאנקל און לײזער, זעגן צו יענער צײט נאך געװען קליץ. מיט דער צײט האט רחל חתונה געמאכט אירע דרײ טעכטער און געגעבן זײ גרויסע נדנים. די טעכטער האבן אין בריסק, גראדנע און ביאליסטאק״ו װו זײ האבן געװוינט נאך דער חתונהר״ אײנגעארדנ ט אזעלכע םאדעװאסער־געשעפטן. בײ רחלען אין סאדעװאסער־געװעלב בין איך געװען אן אפטער גאסט. איצ מאל בין איך געװען אן עדות פון אזא קוריאז!

passage_5538f55babd9ffd08826dcf9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1312-2454

אין מיטן פון א היים זומערטאג איז אין געװעלב ארײנגעקומען בוטשעלע באבע־ ניקער, וװילױנגעריש געטאן א רוק ארויף דאם היט און א זאג געטאן: ״רחלע, גיבן זי מיר א האלבן גלעזל םאדעװאםער מיט סאק״. װי אלע מאל האט רח ל אים געגעבן דרײ פערטל גלאז. בוטשעלע האט עם אראפגעלאזט מיט אײן שלונג, געבליבן שטיץ מיםן לײדיקן גלאז און האנט אץ באלעקט זיך מיטן געשמאקן םאק. אין דער זעלבער צײט איז אין געװעלב געװען ראובן טיקאצקי. ער האט געפלירטעװעט מיט עלקען. זעענדיק, װי בומשעלע באלעקט זיך אזוי מיט הנאה, האט טיקאצקי אים א פרעג געטאן װיפל גלעזער םאדעװאסער מיט סאק ער װאלט נאך אויםגעטרונקען. דערויף האט בונחזעלע געםרעגט 1 ״װיפל שטעלםטו איץ״ז דערויף האט טיקאצקי געענטפערט, אז ער שטעלט 20 גלעזער. מען אױ אדורכגעקומען אויף 18 גלעזער, און אויםער דעם, אויב בוטשעלע געװינט, באקומט ער א פרעמיע 2 פעקלעך שאקאלאד און 5 זלאטעם. דאן, אין די צװאנציקער יארן, איז עס געװען א םך געלט. רחלע האט געצאפט פץ באלאן די גלעזער םאדעװאםער אץ עלקע האט זיי דערלאנגט בוטקזעלען• יעדעם גלאז האט ער אראפגעעולונגע ן מיט צוויי שלונג. דערוױיל אױ דאם 205

passage_304693a6ebafe544c9d582aa