Original scan
Original memorial-book scan 211
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-979

ספר לוקאװ 207 קיםל בעקער האט געהאט דץ בעקערײ אין מיט מארק• איך פלעג דץ ביי אים אן אפטער ארײנגײער׳ םפעציעל אין די קאלטע װינטערנעכט׳ װען ס׳איז נישט געװען װו אהינצוטאן זיך, און אין שטוב איז געװען קעלטער װי אין דרויםן׳ אין די אװנטן פלעגט דארט צונויפקומען זיךא ביסל ױנגװארג. מען האט אײנגעארדנט פארשידענע שפילע־ רײען: ״טארניטשקע״׳ אין פעטש אאז״װ.א שטענדיקער ארײנגײער דארט איז געװען לײבעלע גריצמאן. ער פלעגט דארט מאכן שטארק הײמלעך. קיםל בעקער האט געהאט4 טעכטער: אלטע׳ דבורה׳ רײזל׳ חיהלע. די עלטערע 3 טעכטער זענען שוין געװען ״ראוי לחופה״. קיסל בעקער איז אבער געװעןא גרויסער ארעמאן און האט נישט געהאט פאר זײ קיין נדנים. האבן טאקע די טעכטער זיך געעל־ טערט• די עלטםטע פון זײ׳ װאם האט אויך געהײםן אלטע׳ איז געװען זײערא פרומע. זי האט געדאװנט יעח טאג. איץ מאל האט זיך מיר פארגלוםט צו מאכן מיט אירא שפאס׳ װאם האט זיך פאר מיר געענדיקט גארנישט פרײלעך.

passage_eb7be40a7a9ab2ca7a3ada8a
Passage 2normalized OCR · source chars 981-2271

געװען בין איך דעמאלטא ײנגל פון12 יאר. געדאװנט האב איך מיט מיץ זײדן ז״ל אין אלעקםאנדער שטיבל. סוכות אין דער פרי האב איך גענומען אין שטיבל דעם לולב מיטן אתרוג כדי אים אװעקצוטראגן אין שטוב אריץ. װען כ׳בין אדורכגעגאנגען דעם מארק נעבן קיםל בעקערם טיר׳ האט מיך דערזען קיסל בעקערם וױיב און געבעטן׳ אז איך זאל ארײנגיץ אין שטוב צו איר, װעלן זײ בענטשן אתרוג. איך בין א,ײץ צו זײ׳ און אלע אין שטוב האבן געבענטשט אתרוג׳ נאר אלטע איז גראד געשטאנען /׳שמונה־ עשרה״ און איך האב געדארפטצ ווארטן׳ אז זי זאל ענדיקן און אויך בענטשן אתרוג. דער־ וױיל האב איך באמערקט׳ אז אויפן טיש שטײטא טעלער מיט גרויסע אפגעשײלטע ציבע־ לעם. איך האב גענומען פון דארט די גרעםטע ציבעלע׳ און װען אלטע איז ״אויסגעשטאנעז״ די ״שמונה־עשרה״ האב איך איר ארײנגעלײגט די ציבעלע אין איץ האנט און דעם לולב— אין דער צװײטער׳ און זי אונטערגעיאגט: ״אלטע׳ גיבא בענטש אתרוג׳ איך האב נישט קיין צייט צו ווארטן״. אלטע איז געווען קורצזיכטיק און זי האט נישט באמערקט׳ װאם זי האלט אין האנט. זי האט גיך געבענטשט אתרוג און ערשט נאכן שאקלען האט זי געכאפטא בליק אויף דעם וואם זי האט אין האנט. זי האט דעחען׳ אז געבענטש האט זי איבערא ציבעלע— אץ ארויסגעלאזטא קוויטש.

passage_08f214a85102ddb53d27156e
Passage 3normalized OCR · source chars 2273-2547

פארשטײט זיך׳ אז פעטש האב איך באקומען פון אלע זײטןן מיטן אתרוג בין איך שוין נישט אהײמגעגאנגען: פץ שטיבל, וװ איך האב געדאװנט׳ האט מען מיך ארויםגע־ װארפן. אבער פון אלטען האט מעןא לאנגע צײט געחוזקט, אז זי האט געבענטשט אתרוג מיטא ציבעלע.

passage_e46bd5713b472b33f2d985b9