Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 211
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-979

ספר לוקא װ 207 קיםל בעקער האט געהאט דץ בעקעריי אין מיט מארק • איך פלעג דץ ביי אים אן אפטער אריינגײער ׳ םפעציעל אין די קאלטע װינטערנעכט ׳ װען ס׳איז נישט געװען װו אהינצוטאן זיך, און אין שטוב איז געװען קעלטער װי אין דרויסן ׳ אין די אװנטן פלעגט דארט צונויפקומען זיך א ביסל יונגװארג. מען האט אײנגעארדנט פארשידענע שפילע־ רײען: ״טארניטשקע״ ׳ אין פעטש אאז״װ. א שטענדיקער ארײנגײער דארט איז געװען לײבעלע גריצמאן. ער פלעגט דארט מאכן שטארק הײמלעך. קיםל בעקער האט געהאט 4 טעכטער: אלטע ׳ דבורה ׳ רײזל ׳ חיהלע. די עלטערע 3 טעכטער זענען שוין געװען ״ראוילחופה״. קיסל בעקער איז אבער געװען א גרויסער ארעמאן און האט נישט געהאט פאר זיי קיין נדנים. האבן טאקע די טעכטער זיך געעל־ טערט• די עלטםטע פון זײ ׳ װאם האט אויך געהײםן אלטע ׳ איז געװען זײער א פרומע. זי האט געדאװנט יעדן טאג. איך מאילהאט זיך מיר פארגלומט צו מאכן מיט איר א שפאס ׳ װאם האט זיך פאר מיר געענדיקט גארנישט פרײלעך.

passage_eb7be40a7a9ab2ca7a3ada8a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 981-2271

געװען בין איך דעמאלט אײנגל פון 12 יאר. געדאװנט האב איך מיט מיץ זײדן ז״ל אין אלעקסאנדער שטיבל. סוכות אין דער פרי האב איך גענומען אין שטיבל דעם לולב מיטן אתרוג כדי אים אװעקצוטראגן אין שטוב אריץ. װען כ׳בין אדורכגעגאנען דעם מארק נעבן קיםל בעקערם טיר׳ האט מיך דערזען קיסל בעקערם װײב און געבעטן׳ אז איך זאל ארײנגײן אין שטוב צו איר, װעלן זײ בענטשן אתרוג. איך בין א,ײץ צו זײ׳ און אלע אין שטוב האבן געבענטשט אתרוג׳ נאר אלטע איז גראד געשטאנען /״שמונה־ עשרה״ און איך האב געדארפט צװארטן׳ אז זי זאל ענדיקן און אויך בענטשן אתרוג. דער־ װײל האב איך באמערקט׳ אז אויפן טיש שטײט א טעלער מיט גרויסע אפגעשײלטע ציבע־ לעם. איך האב גענומען פון דארט די גרעםטע ציבעלע׳ און װען אלטע איז ״אויסגעשטאנעז״ די ״שמונה־עשרה״ האב איך איר ארײנגעלײגט די ציבעלע אין איר האנט און דעם לולב — אין דער צװײטער׳ און זי אונטערגעיאגט: ״אלטע׳ גיב א בענט ש אתרוג׳ איך האב נישט קײן צײט צו ווארטן״. אלטע איז געװען קורצזיכטיק און זי האט נישט באמערקט׳ װאם זי האלט אין האנט. זי האט גיך געבענטשט אתרוג און ערשט נאכן שאקלען האט זי געכאפ ט א בליק אויפן װאם זי האט אין האנט. זי האט דען׳ אז געבענטש האט זי איבער א ציבעלע — אץ ארויסגעלאזט א קוויטש.

passage_08f214a85102ddb53d27156e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2273-2547

פארשטײט זיך ׳ אז פעטש האב איך באקומען פון אלע זײטן מיטן אתרוג בין איך שוין נישט אהײמגעגאנגן : פ ץ שטיבל , װו איך האב געדאװנט ׳ האט מען מיך ארויםגע ־ װארפן. אבער פון אלטן האט מען א לאנגע צײט געחוזקט , אז זי האט געבענטש ט אתרוג מיט א ציבעלע .

passage_e46bd5713b472b33f2d985b9