נפתלי סרעברניק דער לוקאװער חיט זלמן יאבקע געשטאמט האט ער פון שכנותדיקן שטעטל קאצק. זלמן יאבקע איז געװען8 ״ײדי־ שער״ שנײדער, דאם מײגט, אז מ׳האט געהאט צוטרוי צו אים, אז ער ארבעט מיט כשרע לײװנט און מאכט נישט קײן שעטנז. ער האט זיך קײן מאל נישט טועה געװען בײם האקן די לעכער, אז די קנעפ זאלן אויםקומען אויף דער לינקער פאלע, װי דאם דאדף זײן לויטן ״םפר החםידים״. ער פלעגט אויךא ביםל פאררונדיקן די אונטערשטע שפיצן פוןא גע־ האקטער קאפאטע׳ כדי עם זאל נישט װערן קײן ארבע כנפות. ער האט געוװינט ביי יאנקל גראצער אין הויז, אויף מעזריטשער גאם. זײן ״דירה״ איז באשטאנען פון1 צימעד. די2 בעטן זענען געװען ארומגעשטעלט מיטא װענטל. אין דעם דאזיקן צימער האבן געוװינט אחוץ זלמן מיט זײן װײב, אויך זײערע פינף ק^ינדער און דער אלטער שװער. װען מען פלעגט זיך לײגן שלאפן, איז דער גאנצער דיל געװען פארלײגט, און מ׳האט געמוזט גײן איבער די בעטלעך. די נארמאלע טעגלעכע דערנערונג איז באשטאנען פון שװארץ ברויט מיט ציבעלע.
אין בעםערע צײטן— אויךא שטיקל העדינג מיט לויג. צו מיטאג פלעגט מען מערםטנ־ טײל קאכן אן אפגעברענטע זופ,א ״זאטשערקע״ פון צוגעברענט מעל, פאררײשט מיט א ציבעלע. דער אײנציקער פריווילעגירטער אין שטוב איז געװען דער זון לײביש, דער לערנער, װאם פלעגט זיצן ביז שפעט בײ נאכט אין גערער שטיבל. פאד אים האט מען םפעציעל געקויפט ״האלב זײדן״ ברויט, און װען ער האט געהוםט— אויךא לויט פוטער. דאם אמתע לעבן איז געװען נאר שבת. עם האט געמוזט זיץ פיש און פלײש. אויב מ׳האט נישט געקריגן די קאראשקעם (א הונדערט פישלעך אויפן קילא), האט די פרוי געקויפט געהיח, געהאקט עם מיט צוקער און ציבעלע און געמאכט דערפץ ״קוילן־פיש״. עם האבן געמחט זיץ פלײש און קאמפאט, די אלע גוטע מאכלים, װאם זענען אויםגערעכנט אין די שבתדיקע זמירות. דער גרויםער צוקזנײד־טיש, האטא דאנק דעם אלטן, אבער זויבערן װײםן טישטעך, באקומעןא נײעם אויםזען. עם זענען פארשודנדן די אפגעםמאליעטע שװארצע פלעקן אויפן טיש. מען האט מער נישט געזען דאם שװארצע קװערטל װאםער אויף צו באשפריצן דאם מלבוש בײם פרעםן. עם זענען געװארן אויפגערוימט די אלע פודעלעך מיט קנעפלעך און אלטע שטיקלעך םחורה. עם זענען דארט מער נישט געלעגן די אלע שנײדערישע שערן, פון װעלכע בלויז אײנע האט נאד געטויגט, אבער אויפן טיש זענען געלעגן אלע שערן, וױ לעבעדיקע עדות פון יארן הארעװאניע.
די אלטע נײמאשין איז געװאה פאררוקט איןא װינקל, כדי מען זאל נישט ארויםזען איר װאכעדיקע נאקעטקײט. דאם צימער איז װי גרעםער געװארן. דאם קלײנע אויםגע• דארטע וױיבל האט אנגעצונדן די ליכט אין6 מעשענע לײכטער (צװײ פון זײ— ירושה־ 234