נפתלי סרעברני ק דער לוקאווער חיטזלמן יאבקע געשטאמט האט ער פון שכנותדיקן שטעטל קאצק. זלמן יאבקע איז געווען 8 ״ײדישער״ שנײדער, דאם מײגט, אז מ׳האט געהאט צוטרוי צו אים, אז ער ארבעט מיט כשרה לײװנט און מאכט נישט קײן שעטנז. ער האט זיך קײן מאל נישט טועה געווען בײם האקן די לעכער, אז די קנעפ זאלן אויסקומען אויף דער לינקער פאלע, װי דאם דארף זײן לויטן ״םפר החםידים״. ער פלעגט אויך א ביסל פאררונדיגן די אונטערשטע שפיצן פון א געהאקטער קאפאטע׳ כדי עס זאל נישט װערן קײן ארבע כנפות. ער האט געװוינט בײ יאנקל גראצער אין הויז, אויף מעזריטשער גאס. זײן ״דירה״ איז באשטאנען פון 1 צימער. די 2 בעטן זענע געװען ארומגעשטעלט מיט א װענטל. אין דעם דאזיקן צימער האבן געװוינט אחוץ זלמן מיט זײן װײב, אויך זײערע פינף ק^ינדער און דער אלטער שװער. װען מען פלעגט זיך לײגן שלאפן, איז דער גאנצער דיל געװען פארלײגט, און מ׳האט געמוזט גײן איבער די בעטלעך. די נארמאלע טעגלעכע דערנערונג איז באשטאנען פון שװארץ ברויט מיט ציבעלע.
אין בעםער עצײטן — אוי ך א שטיקל העדינג מיט לויג. צו מיטאג פלעגט מען מערסטנ־ טייל קאכן אן אפגעברענטע זופ, א ״זאטשערקע״ פון צוגעברענטן מעל, פאררײשט מיט א ציבעלע. דער אײנציקער פריווילעגירטער אין שטוב איז געװען דער זון לײביש, דער לערנער, װאם פלעגט זיצן ביז שפעט בײ נאכט אין גערער שטיבל. פאד אים האט מען םפעציעל געקויפט ״האלב זײדן״ ברויט, און װען ער האט געהוםט — אוי ך א לוי ט פוטער. דאם אמתע לעבן איז געװען נאר שבת. ע ם האט געמוזט זיץ פיש און פלײש. אױב מ׳האט נישט געקריגן די קאראשקע ם (א הונדערט פישלעך אויפן קילא), האט די פרוי געקויפט געהיח, געהאקט עס מיט צוקער און ציבעלע און געמאכט דערפץ ״קוילן־פיש״. עם האבן געמאכט זיץ פלײש און קאמפאט, די אלע גוטע מאכלים, װאם זענען אויסגערעכנט אין די שבתדיקע זמירות. דער גרויסער צוקזנײד־טיש, האט א דאנק דעם אלטן, אבער זויבערן װײםן טישטעך, באקומען א נײעם אויסזען. ע ם זענען פארשודנדן די אפגעםמאליעטע שװארצע פלעקן אויפן טיש. מען האט מער נישט געזען דעם שװארצע קװערטל װאסער אויף צו באשפריצן דעם מלבוש בײם פרעםן. ע ם זענען געװארן אויפגערוימט די אלע פודעלעך מיט קנעפלעך און אלטע שטיקלעך םחורה. ע ם זענען דארט מער נישט געלעגן די אלע שנײדערישע שערן, פון װעלכע בלויז אײנע האט נאד געטויגט, אבער אויפן טיש זענען געלעגן אלע שערן, װי לעבעדיקע עדות פון יארן הארעװאניע.
די אלטע נײמאשין איז געװאה פאררוקט איןא װינקל, כדי מען זאל נישט ארויםזען איר װאכעדיקע נאקעטקײט. דאם צימער איז װי גרעםער געװארן. דאם קלײנע אויםגע• דארטע וױיבל האט אנגעצונדן די ליכט אין6 מעשענע לײכטער (צװײ פון זײ— ירושה־ 234