Original scan
Original memorial-book scan 262
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1295

258 מםר יוקאװ דער קלימאט איז אן אײפאכע אײנטאניק עא ם פארמאגט נישט אזעלכעם, װאם זאל מיט זײן פהאכט רײצן די פאנטאזיע און װעקן די עמפינדלעכקײט פון אירע אײנװוינער, אנטװיקלען אין זײ דעם חוש פאר עסטעטיק און הארמאניע, פאר טראכטן און דענקען. אזוי ארום איז אויך דער לעכנס־שטײגער פון די לוקאװער אײנװוינער געװען אײנטאניק. פון קיץ װעלכן ם׳איז אײנפלו ם פון דער ארטיקער נישט־ײדישער סביבה האט דאן אװדאי קײן רײד גישט געקענט זיין. קײן װונדער נישט דערפאר, װאם די אײנציקע בארופענע עסטנים זענע ן דאן געװען בלויז די חסידים. צו זײער שבח דארפן מען זאגן, אז אין גרעסטן טייל זענע ן די דאזיקע חסידישע עסטנים געװען — אויף זײער שטײגער, פארשטײט זיך — איבערגע־ געבענע און העכסט־ערלעכע כלל־טוער, װעלכע האבן בײ יענע באדינגונגען דערפילט זײערע אויפגאבן בשלמות. 10 ערשט די דײטשע אקופאציע האט אויך לוקאװא ביסל אויפגעװעקט פון איר דרעמל. די נאציאנאלע באװעגונג, אין אלע אירע פארמען, װאם האט דאן באהערשט דאס גאנצע פוילישע ײדנטום, האט אויך אין לוקאװ געפונען באגײסטערטע אנהענגער. ם׳זענען דאן אנטשטאנען פאראײנען און געזעלשאפטן, װעלכע האבן ארום זיך גרופירט א באדייטנדיקן טייל פון דער יוגנט. אין דער זעלבער צײט האט זיך אויך ארגאניזירט דער חסידישער לאגער אין דער „אגודה״.

passage_ab0713157f49993276549932
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1297-2622

די דעמאקראטישע עלעמענטן האבן, אנשטאט זיך צו סאלידאריזירן, געפירט פאליטיק אין זייערע פאראײנען, און אזוי־ארום דערלאזט, אז די איינציקע בעלי־דעה אין שטאט זאלן זיי פערזאנען מיט צוױיפלהאפטע מאראלישע קװאליפיקאציעס, און אין בעסטן פאל ׳ מענטשן מיט קליינינקע, נישטיקע און פאנאטישע השגות, וועלכע באטראכטן זיך פאר מאנאפאל־לײט אנצופירן מיט אלע שטאטישע ענינים, פונקט װי זיי האבן זיך גענומען דעם מאנאפאל איבער דער תורה... און אויב עס קומט איצט אזעלכער, װי אונדזער ליבער ה׳ ט—םקי׳ און קלאגט זיך אויף דער סקאנדאליעזער *וױרנמואפט״ אין דער קהילה, מוזן מיר פשוט זאגן, אז מיר זענען אפשר מער שולדיק פאר ױי. די צעריםנקײט פון די דעמאקראטישע עלעמענטן האט דאס אלץ פאראורזאכט. פאקטן זענען פאראן אן א שיעור. גענוג צו דערמאנען די לעצטנס פארגעקומענע שטאטראט־װאלן, װאס באשטעטיקן דאס גענוג בולט. נישט קיין װונדער, װאס די ״אגודה״ באטראכט דעם קהילה־לאקאל אלס אירם א פיליע, װאם זי װיל, טוט זי. װען עס האט געלוינט, האט מען שנעל איבערגעגעבן די שחיטה דער קהילד״ כאטש זייערע גאטספארכטיקע חברים אין װארשע שרייען אזוי וועגן ״לא תסור״ פון די הײליקע רבײם. אויב די דעמאקראטישע עלעמענטן מײנען אויף אן אמת די טובה פון דער שטאם״ אמ אויכ ד י מאטעריעל ע און גײםטיקע אינטערעסן פון דער לוקאװער ײדישער באפעל-

passage_8ae820061242208160a900cf