Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 271
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-844

םסר לוקןןו ו 267 ווארפן מיר אראפ איבעריקן צייט־באלאסט, איז די דראמע איז היינט נאד ן>ן אקטועלע. ״צעזייט א ץ צעשפרייט״ וױ א םצעניש װערק פארמאגט פיץ כאראקטעריזירטע טיפן, טיף בארירטע פראבלעמען, אבער עס פעלט אין איר אקציע. איר קאמפאזיציע הינקט שטארק אונטער. די רעזשיע איז געװען נישט קיין שלעכטע און נישט קיין גוטע — זי איז בכלל נישט געװען. די פיעסע האט שטארק געלאנגװייליקט אין פארלויף פון קנאפע דריי שעה. יעדער אקטיאר האט געשפילט פאר זיך • עס האט געפעלט צוזאמענשפיל. און עס איז א שאד, ווייל באמת האבן זיך ארויסגעװיזן צװישן די אמאטארן א םד אמתע טאלאנטן. די האבן אפטמאל געהאט גלענצנדיקע מאמענטן, װאם אפילו די רעזשיע האט נישט באװיזן אפצוהרגענען. די זאך אלס גאנצע האט נישט געקלאפט. עס האט געפעלט פארשטענדעניש פאר דער כאראקטעריזירונג פון די טיפן.

passage_8b4ce7a299c4fdad7a32dc77
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 846-1829

ה׳ קראמאזש, למשל, האט זיך דארומגעדרײט איבער גאנצע דרײ אקטן און זיך גע־ האלטן אין אײן בימעח, זעלטן װען געלאכט א ח צום םוף נישט מיר נישט דיר זיך צעװײנט. עס איז נישט געקומען אין זײן שפילן צום אויסדרוק די טראגעדיע פון א יידישן טאטן, עס האט געפעלט שטײגערונג. די לעצטע םצענע איז אויסגעקומען װי צוגעקלעפט. דאקעגן א פרעכטיקן טיפ האט געשאפן פר׳ גאלדבערג. נישט שלעכט האבן געשפילט ה׳ בורשטין און ה׳ םקורקע (פאר װאם האט דער לעצטער געמוזט ליגן אויף דער שטול װי פארשטייפט ז) ה׳ גריצמאן האט שטארק שארזשירט. נישט קי ח שלעכטע מוטער איז געװעז אוי ד פרל׳ זאלצמאן, נאר פאר װאם האט זי געטראגן אזעלכע שמוציקע קלײדערן אחדא קומען מיר צו צו זײער אן אנגעוױיטיקטע פראגע פאר אלע אמאטאח־קרייזן • אמאטאח האבן בכלל ליב צו חיםן זיך צו שווערע און גרויסע םיעםעם. עס םעלט רעקװיזיט, עס פעלן דעקאראציעס, אבער די דראמאטישע קרײזן שטעלן זיך פאר דעם נישט אפ. און מען שפילט גרויסע פיעםעם.

passage_edab6f6b2ed9bc3dfc671582