268 םפר לוקא װ דער דראמאטישער קרימבײדער י.ש.א. איז אין דעם פאל נישט קיין אויסנאם. איז טאקע ארויםגעקומען אנשטאט א גבירישע שטוב — אן ארעם צימער מיט צעבראכענע שטולן און צעריםענע סאפעס און די ארטיסטן האבן זיך ארומגעדרײט אין שמוציקע קלײדער. שלעכט איז אויך געװען די כאראקטעריזאציע. א קאפיטל פאר זיך איז די אויסשפראך. מילא׳ אז מען קען נישט קיין רומיש און מען זאגט מאטװע (מיט דער נקודה אויף ״מא״ דוקא) אנשטאט מאטװײ, קען מען נאך פארשטײן, אבער ײדיש דארף מען דאך קענען. די ײדישע אויסשפראך אבער האט איבערגעלאזט פיל צו װינטשן. איצט מאל פאר אלע מאל מוז מען אויך אויסװארצלען דאס דעקלאמיר ן אין יעדע ר סיטואציע. דאס רוב שפילער (א שטײגער פרל. ליכטענבערג) האבן שטארק דעקלאמירט. אסך בעסער איז אויסגעפאלן דער אײנאקטער ״מענטשן״, מיר זעען דא קלאר, אז אן אײנאקטער גיט זיך אסך מאל בעסער אי?, װי לענגערע פיעסעס. די רעזש י איז דא געװען אן אײנהײטלעכע. דער אײנאקטער איז דורך אסך לעבהאפטער װי ״צעזײט און צעשפרײט״ לעבעדיק איז געװען ה׳ בורשטין אין זיץ ראל׳ האט אבער צו פיל שארזשירט. עס איז נאך נישט געדרונגען, אז װי באלד דער עולם לאכט, דארף מען איבערחזרן צען מאל דאס זעלבע. כאאטיש האט אויסגעזעען די םצענע בײם יקום־פורקן־טאנץ. הר־יפה
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1292
passage_f64361dbf284b071e674a734