Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 291
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1212

םפר לוקןןװ 287 און זיך צוגעכאפט צום טאטנס מסחר• דער צוױיטער זון, אברהם, האט געזוכט זיץ צוקונפט אין װארשע. אין דעם דאזיקן פליגל האט אויד די אלמנה פרומקי געהאט איר שניט־געװעלב. דער עלטערער זון, מאטל, איז פארטאן געװען אין געזעלשאפטלעכער קולטור־ארבעט. די לעצטע קראם אין דעם פליגל, נישט געמױערטע, נארא בודקע׳ אץ אנגעשטאפט מיט פאטשײלעס און קאפטיכער, האט געפירט דאבעלע װײנזיכער. איר מאן, דודל, איז געװעןא סופר סת״ם. דער ײנגערער זין פון ר׳ נאטעלע װײגזיכער, װאס האט געפאסט תעניתים מאנטיק און דאנערשטיק. מען האט אים פארגעלײגט רבנות און ער האט נישט געװאלט,א קאצקער חסיד געװען, מײן מאמעס ע״ה ברודער. א באזונדערע שורה בודקעס זענען געשטאנען אין מיטן פלאץ, װי אפצוטײלן דעם פלאץ אויף צוױי העלפטן. אין די בודקעס איז מערסטנטײל געװען עסנװארגו ברויט• שװארץ, װײס און געבײטלט, חלות, זעמל, בײגל, אײערקיכלעך, פלעצלעך מיט מאן און ציבעלעס. בײדלעד מיט הערינג און פיש, מיט געװענדזלטע הערינג. בײדלעד מיט ירקות: פיעטרושקע און מײערן, בוראקעס און ריבן, קרויט און ברוקעװ. בײדלעך מיט פירות: עפל און באדנעס, קארשן און פלוימען, ארבוזן און דיניעס. בודקעס מיט באקסער, טײטלען און פײגן.

passage_76d377dc2e98738b4474df15
Passage 2normalized OCR · source chars 1214-2461

צום בולטסטן איז אויסגעקומען די בודע מיטן משופע־דאך און פנים צו דער װארשעװער גאס. באװסט געװען מיטא גוטן הײמיש־געמאכטן פאפיראס, געשטאפט דורך דעם בעל־הבודקע, איחנבערג. די בודקע האט געד,אטא באזונדערן זכות בײ די פאליציאנטן— פון דער בודקע האבן זײ אפגעהיטן, אז אלע אנדערע געשעפטן זאלן זיך שליסן אין דער צײט. יעדן דאנערשטיק זענען געװען מארק־טעג.א נאכט פריער זענען שוין אנגעפארן פון אלע נעבן־שטעטלעך אלע בעלי־מלאכות: טאנדײטערס, בעדנערס, שינדלמאכערס, שוס־ טערס, רימארזשעס, צוקערלעך־גיסער, מאנדל־מאכער. אלע האבן אויפגעשטעלט שטע־ לעכלעך, טישלעך, הענגערס, סטראגאנעס, אנדערע זענען שטיץ געבליבן מיט די װעגע־ לעך אויפן מארק. ס׳זענען אנגעפארן די פויע,ײם פץ די ארומיקע דערפער און פאלװארקן• פויערים מיט גענדז, מיט קעזן און מילכװארג. געקומען פארקויםן און קויםן. דער מארק־פלאץ האט בעתן יאריד זיך צעשפרײט אין בײדע זײטן פון דער װארשעװער גאס1 איץ פליגל ביזן זשעלעכאװער װעג, אץ דער צװײטער ביזן בריקל פון דער בראװארנער גאס און דער קוזשניע. 4 די בראײארנע ג>?פ די בראװארנע גאס— ײדיש: די ברויז־גאס— האט נישט גער,אט קיץ ברויז. די גאם האט בלויז געפירט צום װעג פון ברויז. די גאס האט זיך אנגעד.ויבן םמ בריקל צום

passage_af97bb9ae2fdaf42a66738b0