Original scan
Original memorial-book scan 293
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1123

םםר לוקןןו ו 289 תבואה־פעלד. פון דארט — דער װעג אין זאפאװניקער װאלד, װו מען האט געקליבן שװארצע יאגדעם. די מעזריטשער גאס איז אויפגעקומען שפעטע ר װי די װארשעװער און זי האט געהאט בלויז געמויערטע הײזער, טייל פארטער, טייל שטאקיקע. אין דער גאס: א גרויסע לעדער־ געשעפט, יעקבס ארלאנסקיס סאדעװאסער־פאבריק מיט תמיד אפענע ברײטע טירן ארויסצופירן די קופערנע באלאנען סאדעװאםער. נאכן פלאץ מיט ברעטער, װו עס זענען ארומגעשפרונגען קאזעם, איז געװען מרדכילע דעם דרדקערם חדר און נתן װײנזיכער האט געגעבן א ״שיעור״ עטלעכע דערװאקסענע ײנגלעך. יענטעלע די רביצין האט אויף פרײטיק געבאקן חלות, זים געבעקס פאד די פארמעגלעכע משפחות אין שטאט. זי איז געװען א םפעציאליסטין אויף המן־טאשן גע־ טונקענע אין האניק. דורך דער מעזריטשער גאס איז מען ערב פסח געלאפן אין באד פארברענען דאס חמץ און כשרן דאם געפעם. 6 דאס ברויז־געסל דאם ברויז־געסל האט געהאט נאך עטלעכע הימער, נאר אין איין זײט. אין דער צוױיטער זײט איז געװען א םאד. אין איינעם פון די הײזער האט געװוינט דער גערער חסיד טשעכענאװער, געפירט א געשעפט פון עמאלירטע געפעם.

passage_b712bc44f5f8588a63b8a6c1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1125-2192

די לינקע זייט האט געהערט צום ברויז, צו דער משפחה רוזאל. דער אריינפאר אין ברויז איז געװען דורך א ברײט טויער און ברוקירט ן װעג. אנטקעגן דעם ארײנסאר־װעג איז געװען דער קיל־קעלער. דארט האט מען געצאפט דאם ביר אין פעםלעך. נעבן דעם קיל־קעלער — א גרויםער בארג אײז, װאם איז פארשיט געװען מיט זעגעכץ און אפגע־ היטן פאר די היצן. אין די געבײדעם און אויף די בוידעמס זענען געשטאנען די בעקנס מיט צעװארעמטן געמישעכץ פון גערשט און האפן. אין די פארטער־האלעס האבן זיך געצויגן די רערן און פאמפעס מיט די קראנען, װאס האבן דורכגעלאזט דאם דורכגעזײעטע ביר. אין הויף זענען געשטאנען נאר צװײ הילצערנע געבײדעס: דער קאנטאר און די װוינונגען פון די רוזאלם. דער ברויז האט נאך דער גרויסער שריפה געברענגט א ריזיקע מאשין, פערד האבן די מאשין נישט דערשלעפט ביזן ברויז, אפגעשטעלט זי אין מיט דער װארשעװער גאס. די מאשין איז א צײט געשטאנען אויף דערלײזונג. עס זענען געקומען מומחים און האבן אײנגעזען, אז מיט בלויז פערד װעט מען די מאשין נישט דערפירן אין ברויז־הויף.

passage_04fa6134b3dcf61af16ddcdc