Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 293
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1123

םםר לוקןןוו 289 תבואה־פעלד. פון דארט— דער װעג אין זאפאװניקער װאלד, וװ מען האט געקליבן שװארצע יאגדעם. די מעזריטשער גאם איז אויפגעקומען שפעטער וױ די װארשעװער און זי האט געהאט בלויז געמויערטע היחער, טײל פארטער, טײל שטאקיקע. אין דער גאס:ם גרויסע לעדער־ געשעפט, יעקב ארלאנסקים םאדעװאסער־פאבריק מיט תמיד אפענע ברײטע טירן ארויסצופירן די קופערנע באלאנען סאדעװאםער. נאכן פלאץ מיט ברעטער, וװ עס זענען ארומגעשפרונגען קאזעם, איז געװען מרדכילע דעם דרדקערם חדר און נתן װײנזיכער האט געגעבןא ״שיעור״ עטלעכע דערװאקםענע ײנגלעך. יענטעלע די רביצין האט אויף פרײטיק געבאקן חלות, זים געבעקס פאד די פארמעגלעכע משפחות אין שטאט. זי איז געװעןא םפעציאליסטין אויף המן־טאשן גע־ טונקענע אין האניק. דורך דער מעזריטשער גאס איז מען ערב פסח געלאפן אין באד פארברענען דאס חמץ און כשרן דאם געפעם. 6 דאס ברויז־געסל דאם ברויז־געסל האט געהאט נאך עטלעכע הימער, נאר אין אײן זײט. אין דער צוױיטער זײט איז געװעןא םאד. אין אײנעם פון די הײזער האט געװוינט דער גערער חםיד טשעכענאװער, געפירטא געשעפט פון עמאלירט געפעם.

passage_b712bc44f5f8588a63b8a6c1
Passage 2normalized OCR · source chars 1125-2192

די לינקע זייט האט געהערט צום ברויז, צו דער משפחה רוזאל. דער אריינפאר אין ברויז איז געװען דורךא ברײט טויער און ברוקירטן װעג. אנטקעגן דעם ארײנסאר־װעג איז געװען דער קיל־קעלער. דארט האט מען געצאפט דאם ביר אין פעםלעך. נעבן דעם קיל־קעלער—א גרויסער בארג אײז, װאם איז פארשיט געװען מיט זעגעכץ און אפגע־ היטן פאר די היצן. אין די געבײדעם און אויף די בוידעמם זענען געשטאנען די בעקנם מיט צעװארעמטן געמישעכץ פון גערשטן און האפן. אין די פארטער־האלעם האבן זיך געצויגן די רערן און פאמפעס מיט די קראנען, װאס האבן דורכגעלאזט דאם דורכגעזײעטע ביר. אין הויף זענען געשטאנען נאר צװײ הילצערנע געבײדעס: דער קאנטאר און די װוינונגען פון די רוזאלם. דער ברויז האט נאך דער גרויםער שריפה געברענגטא ריזיקע מאשין, פערד האבן די מאשין נישט דערשלעפט ביזן ברויז, אפגעשטעלט זי אין מיט דער װארשעװער גאם. די מאשין איזא צײט געשטאנען אויף דערלײזונג. עם זענען געקומען מומחים און האבן אײנגעזען, אז מיט בלויז פערד װעט מען די מאשין נישט דערפירן אין ברויז־הויף.

passage_04fa6134b3dcf61af16ddcdc