Original scan
Original memorial-book scan 303
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1413

ספר לוקא װ 299 שטײנער, מען זאל זײ נישט ארויםזען. ר׳ בערל האט זיך אפגעשטעלט, א זיפץ געטאן און געזאגט; — דאם איז דער קבר פון דיץ דידן ר׳ ישראל־יצחק; אן ערליכער ייד איז דער זיידע געװען, ער איז געװען א בעקער׳ דץ מאמע האט א נדװ געטאן׳ און ער האט אים גע־ מװט מקײם זײן... — ר׳ בערל איז א װײלע שטיל געבליבן און גלײך װידער אנגעהויבן: — די באבע מלכה האט דערצײלט, אז עס איז אמאל געװען א מלחמה. נאך דער מלחמה איז אויסגעבראכן א מגפה אין שטאט ר״ל, מענטשן זענען געטאלן װי פליגן, גײענדיק און שטײענדיק. אין יענע מגפה איז מײן זײדע געשטארבן. װען דער שול־שמש איז געקומען אײנהײצן דעם בית־מדרש־אוױון אין א פראסטיקן פארטאג, האט ער געפונען דעם זײדן, ר׳ נחכלן, א נפטר, אײנגעהילט אין טלית איבערן זוהר. כמעט די גאנצע שטאט מענטשן זענען דעמאלט שבעה געזעסן נאך זײערע מתים, צװישן זײ אויך די באבע מלכה, און ממילא האט פארפעל ט ברויט אין שטאט, בעקער האבן נישט געבאקן. איז געקומען דער בית־דין־שמש און באפוילן זי זאל אויפשטײן פון דער שבעה און באקן ברויט. באבע מלכה האט נישט געקענט, איז דער בית־דין אלײן געקומען מנחם אבל זײן. פארן אװעקגײן איז אויפגעשטאנען דער רב און געזאגט: ווער עס איז מקןי ם איצ נפש איז גלײך װי ער זאל מקײם זיץ די גאנצע תורה. יידי לײדן נעבעך הונגער און די מצוה פון חלה שטײט א פארשטערטע און װארט מען זאל זי מקײם זיץ...

passage_df3e3f9cd16823b712a24066
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1415-2787

באבע מלכה איז אויפגעשטאנען, האט אריינגעשיט זאמען אין די שיך ווי דער דין, גענומען זויערטייג, פארקנעט און געבאקן. פלוצים איז מיץ טאטע קראנק געווארן, ער איז געווען א בן־יחידל, קוים א בר־מצוה־יינגל געווען, און ווען עס האט געהאלטן זייער שלעכט, האט זיך באבע מלכה אוועקגעזעצט נעבן ברענענדיקן אויוון און געזאגט: — אפשר צארנסטו אויף מיץ קינד, ווייל איך בין זינדיק, רב׳־נו של עולם זדו ווייסט דאך, אז דאס טו איך נאר פאר דיינעטוועגן, דיינע קינדער זענען הונגעריק און די מצוה ווארט מען זאל זי מקיים זיץ — די מצוה פון חלה, און רעדנדיק האט זי געווארפן שטיקער טייג אויף די ברענענדיקע קוילן, די פלאמען האבן ארומגעגומען דאס געווירענע טייג. פון באקאוױוון האט געזעצט א רויך ךוויפון א מזבח. און אזוי ארום האט באבע מלכה שטיקערװ־יז דעם גאנצן קאמסטן טייג אין אויוון אריינגעווארפן. דאס קינד איז געזונט געווארן. און דעמאלט האט באבע מלכה אנדר געטאן, אז זיץ גאנץ לעבן זאל ער אפהיטן די מצוה פון חלה, אץ דער דידע האט דעם גדר מקיים געווען... אן אנגעבלאזן וואלקנדל, וואס זאגט אן א רעגן האט זיך געטראגן מיט אן אימפעט ווי א שאלאטן־שמש, און ווען עס איז פארבײ די זון האט דער גאנצער דרוים ווי א ציטע־ר געטאן. פלוצים האט זיך דערהערט א גערויש, ווי מען וואלט קײקלעך לײדיקע םעםער פון איצע ק וועלט ביזן אנדערן. ר׳ בערלס יראת־השמים־פנים האט זיך אויפגעהויבן

passage_b63fde9079ff5b9413b9b774