Original scan
Original memorial-book scan 323
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1201

סםר לוקא װ 319 געהייםן זינגען די ״התקוה״ און צוזאמען מיט אלע יידן האט מען די אפגעשיקט צו דער באזא װװ פון דארט קיין טרעבלינקע. איך בין געווען באהאלטן אויף א בוידעם ביי בערל טיקאצקין אין הויז. דארט האבן זיך אויך געפונען מרדכי ראבאק (מיץ פעטער), זיץ איידעם לייבל גאלדוואסער, זיץ טאכטער, גאדל ראבאק אן נאך עטליכע יידן. װעמענס נעמען איך געדענק נישט. בײ נאכט,, נאך דער ״אקציע״, װען ם׳איז געװאח שטיל, בין איך, מיט מיץ קוזין גאדל ראבאק, אראפ פון בוידעם און מיר זענען ארוים פון געטא. הינטעח שעכטהויז האבן מיר באגעגנט נאך ײח! ישעיה בעקערמאן, לײביש בארן, הירש האסנער, נאטע קאראםיק, לימער װישניע פון םטאק און נאך יידן, װעמענס נעמען איך געדענק נישט. נאך דרײ טעג ארומװאלגערן זיך אין פעלדער און װעלדער האבן מיד באשלאסן ארײנצוגיץ אויף בײ נאכט אין געטא, װײל איטשע מאיר פארבער האט אונז געזאגט, אז ער האט ביי זיך אין שטוב באהאלטן דאלארן און דאס געלט איז אונז געװען נײטיק װי דאס לעבן. אונז איז געלונגען צו געפינען דאס געלט, פון װעלכן מיר האבן געלעבט א לענגערע צײט. מיר זענען אויך געװען אין שטאנד צו קויפן בײם פאליאק שטשיגעלםקי 2 ביקסן און א רעװאלװער.

passage_83d052897b34a350dfa019a8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1203-2496

די ערשטע חדשים זענען מיר אין די וועלדער געווען ביי א הונדערט יידן. מיר האבן זיך צעטיילט אין גרופעס, פארבונדענע צווישן זיך, אבער יעדע גרופע האט געדארפט זארגן פאר זיך. שפיח־פראדוקטן האבן מיר די ערשטע צייט געקויפט פאר געלט, דערנאך האט מען עס אויסגעבעט ביי די פויערים אין די דערפער און לםוף האבן מיר דאם עםנװארג גענומען מיט געװאלט . ♦ חוץ הונגער און דורשט האבן מיר געהאט נאך א צרה מיטן נאמען א. ק. (ארמיא קראיאװא — לאנד־ארמײ). דאם זענען געווען פוילישע פאשיםטן־באנדעס׳ װאם האבן זיך געשטעלט פאר אן אויפגאבע צו הרגענען ײדן, װאס האבן באװיזן זיך צו ראטעװע ן פון די דייטשע נעגל. זײ זענען נאר ערגער געווען פון די דייטשן. פון די דייטשן האבן מיר זיך נאך א מאל געקענט אויסהיטן, דאקעגן פון די פוילישע מערדער איז אונדז שװער געווען זיך אויסצובהאלטן. זײ זענען אונדז נאכגעגאנגען טראט נאך טראט. פארנארט אונדזערע מענטשן מיט פארשידענע שפיצלעך און זײ דערמארדע ט אויפן ברוטאלסטן אופן. אפט פלעגן מיר זיצן אין די בונקערס הונגעריק אץ דורשטיק נאר דערפאר, װייל די פוילישע באנדעס פלעגן זיך יאגן נאך אונדז, כדי אונדז צו פארניכטן. איך וויל דא איבערגעבן בלויז עטליכע פאלן פון מערדערײען, װאם א ט די פוילישע אק.־באנדעס האבן אויסגעפירט איבער אונדזערע מעגטשן.

passage_b09aa577cd330b24fd933111
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2498-2812

די משפחה קעסלברענע איז געווען באהאלטן ביי א פאליאק אין דאמינען. די אקאװצעם האבן זיך דערװוסט װעגן דעם און די גאנצע משפחה אויסגעהרגט. אין דארף אלעקםאנדרא װ האבן געװוינט צװײ ברידער דאמאנםקי, ביי ביידע ברידער האבן זיך אויסבאהאלטן יידן. ביי איעעם פון זיי האט זיך געםונען די סאמיליע

passage_c0c85f64378edb55511b2005