Original scan
Original memorial-book scan 35
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1396

םפר לוקאוו 31 פון אים לויפן דורד180 יאר ביז מיר געפינען דעם נאמען פוןא צװײטן רב. אװדאי זענען במשך דער צײט געװען פיל רבנים׳ און װי עם איז אנצונעמען— װיכטיקע רבנים, אבער דיערע נעמען זענען צו אונדז נישט דערגאנגען. ערשט אין די 80ער יארן פון דעם 18טן י. ה. געפינען מיר דעם נאמען פון• הרב שמשון זעליק י- ער איז געװעןא באקאנטער למדן. זיץ ספר שו״ת ״תשואות חן״ איזא לומדישער ספר. צװישן די, װעלכע האבן געגעבן זײערע הםכמות אויף זײן םפר, געפינט זיך אויך דער מעזריטשער רב ר׳ יחיאל מיכל האלפרין. ער האט אויך מחבר געװען דעם ספר ״מנחת העומר״ אין צװײ חלקים. דער ערשטער חלק באשטײט פון42 דרשות אויף די אגדות אין ש״ם און מדרשים. דער צװײטער חלק, װאם רופט זיך ״יעלת חן״ באשטײט פון חידושים אויף ש״ס. אין זיץ הקדמה צום אויבנדערמאנטן ספר שרײבט ער, אז ער האט נאךא ספר אין מאנוםקריפט, װאס ער רופט אים ״אלף המגן״, װאם באהאנדלט1000 שװערע שטעלן אין הלכה און אגדה. װי עם שײנט, איז רבי שמשון זעליג געװארן רב אין ראדזין נאך דעם, װי ער איז געװען רב אין לוקאװ. נאך אים קומט נאךא לאנגע הפםקה. ערשט אין יאר תרל״ח (1881) װערט פארצײכנט דער נאמען פון דעם לוקאװער רב: 7. הרב רפאל בערנשטײן, נפטר געװארן ט״ז כסלו תרל״ח ■׳- מיר האבן נישט קיק ידיעות װעגן אים. נאך ר׳ רפאלן איז װארשײנלעך געװען רב: ר׳ ישעיה מינצבערג

passage_f1a5583c7ec1076879db6c1d
Passage 2normalized OCR · source chars 1398-1937

זיינע הםכמות געפינען זיך אויףא סך ספרים. זיין ממלא מקום איז געװען: הרב שמואל שלמה בראאון הרב בראון איז געװעןא גרויסער למדן. אין זײנע ױנגע יארן האט ער געלערנט צוזאמען מיטן באקאנטן שרייבער הערש דוד נאמבערג ביים לעצטנם פאטער, וואם איז געװען רב אין אמשינאװ. דער לעצטער רב אין לוקאװ איז געװען: 10. הרב ר׳ אהרן נטע פרייבערג דער לעצטער רב האט געטײלט דעם זעלבן גורל ווי זיין עדה. ער איז אומגעקומען צוזאמען מיט זיץ עדה אויף קידוש השם אין די דײטשע גאז־אוױונם. הי״ד.

passage_6323245254cce8cad6d2c2f8