Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 355
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-908

ססר לוקא װ 351 פינקטלעך 12 ביינאכט זענען די יידישע גאסן אין שטעטל ארומגערינגלט געװארן דורך געסטאפא־לײט, ם,ס., גראנאטענע פאליציי און אוקראינישע באנדיטן. דאם שטעטל איז געװא ת שטארק באװאכט, אפילו אויף די פעלדער ארום שטעטל זענען אװעקגעשטעלט געװארן באװאפנטע װאכן, כדי קײנער זאל נישט קענען אנטלויפן. באגינען,,דעם לעצטן טאג יום־טוב, װי עס האט נאר אנגעהויבן שאריען אויף טאג, זענען גאנצע באנדעס מיט געװער אין די הענט און גראנאטן פארשטעקט אין די פאםקעס, באפאלן די ײדישע שטובן, זיך גזלניש ארײנגעריסן אין די דװינונגען און מיט א געשרײ. • ״די הענט אין דער הײך!״ ארויםגעריסן די מענטשן פון שלאף און געהייסן מאדשירן צום חזיר־פלאץ. דער איבערפאל איז פארגעקומען אזוי ראש און מיט אזא דרינגלעכקײט, אז מען האט קײנעם נישט געלאזט זיך אנטאן. אזוי, װי מען איז ארויס פון בעט, האט מען געמוזט גלייך ארויס אויף דער גאס.

passage_9f08d5b112fb8bc85364a62f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 910-2155

די ערשטע האט מען אויפגעװעקט דעם ױדענראט און זײ אין דער אונטעתועש אװעקגעטריבן צום חזיר־פלאץ. דערנא ך האט מען ארויסגעטריבן די גאנצע ײדישע באפעלקעדונג — מענער, פרויען מיט קינדער — אל ע נאקעט. אפילו קימפעטארינס האט מען געטריבן פון די בעטן מיט די קלײנע עופהלעך אין די קישעלעך. מען האט געטריבן אלטע לײט, זקנות אין די העמדער, געשלאגן זײ מכות־רצח און געשריגן און געזידלט ־ ״איר העסלעכע הינטער! איר האט דעם קריג געמאכט! איר קרעציקע באנדע!״ שוידערלעך איז געװען דאם בילד פון טויזנטער נאקעטע מענטשן, — מענער און פרויען, — אין די בלויזע העמדער מיט נאקעטע קינדער אויף די הענט. די אלע זענען געזאמלט געװארן אויף דער גאס און פארטיעםװײז געיאגט געװאת, געשלאגענע איבער די קעפ מיט שפיצרוטן און ביקסן־קאלבעס ביז בלוט. אויפן חזיר־פלאץ האט מען באפוילן אלע זיך אויםצוזעצן אויף דער ערד. םאר רירן זיך פון ארט האט מען גלײך דערשאםן. אזוי האט מען כםדר צוגעברענגט פרישע פארטיעם ײדן און זײ אלע אװעקגעזעצט אויף דער ערד. דעד טאג איז גראד געװען א הײםער. די זון האט גלײך פון אין דער םרי געברענגט זײער שטארק. ם׳איז פשוט געפאלן פײער פון הימל. פון דעםטװעגן האט מען גיש ט צוגעלאזן קי ץ טראפן װאסער די ליפן צו באנעצן.

passage_4b070b5588192982514e3589
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2157-2789

אין דעם טאג זענען דערשאסן געווארן ארום 500 יידן. די אלע וואס זענען נישט ארוים אין גאס אויפן ערשטן באפעל, זענען אויפן ארט דערשאסן געווארן. דאס זעלבע האט מען דערשאסן די קראנקע און שוואכע, וואס האבן אזוי שנעל נישט געקענט ארויס פון די בעטן. די ווילדע רוצחים זענען אויך אין שפיטאל ארויםגעשאסן אלע קראנקע צוזאמען מיטן שפיטאל־פערסאנאל. אזוי האבן די היטלעריסטישע בעסטיעם צוזאמען מיט זייערע משרתים געװילדעװע ט ביז מיטאגצײט . פיגקטלעך צװײ א זײגע ר בײטאג קומט א ו צופארן אויפן פלאץ אן אויטא, םון װעלכן עס שטײגט ארוים דער אבערשטורמפירער לאנגער, א הויכער, שאטינער ״ מיט

passage_c5b0ba932c27c4f38133d650