Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 35
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1396

םפר לוקאװ 31 פון אי ם לויפן דורכד 180 יאר ביז מיר געפינען דעם נאמען פון א צווייטן רב. אװדאי זענען במשך דער צײט געװען פיל רבנים, און װי עס איז אנצונעמען — װיכטיקע רבנים, אבער זייערע נעמען זענע ן צו אונדז נישט דערגאנגען. ערשט אין די 80ער יארן פון דעם 18טן י. ה. געפינען מיר דעם נאמען פון • הרב שמשון זעליק - ער איז געװען א באקאנטער למדן. זײן ספר שו״ת ״תשואות חן״ איז א לומדישער ספר. צװישן די, װעלכע האבן געגעבן זייערע הסכמות אויף זיין ספר, געפינט זיך אויך דער מעזריטשער רב ר׳ יחיאל מיכל האלפרין. ער האט אויך מחבר געװען דעם ספר ״מנחת העומר״ אין צװײ חלקים. דער ערשטער חלק באשטײט פון 42 דרשות אויף די אגדות אין ש״ס און מדרשים. דער צװײטער חלק, װאם רופט זיך ״יעלת חן״ באשטײט פון חידושים אויף ש״ס. אין זײן הקדמה צום אויבנדערמאנטן ספר שרייבט ער, אז ער האט נאך א ספר אין מאנוסקריפט, װאס ער רופט אים ״אלף המגן״, װאם באהאנדלט 1000 שווערע שטעלן אין הלכה און אגדה. װי עס שײנט, איז רבי שמשון זעליג געװארן רב אין ראדזין נאך דעם, װי ער איז געװען רב אין לוקאװ. נאך אים קומט נאך א לאנגע הפסקה. ערשט אין יאר תרל״ח (1881) ווערט פארצײכנט דער נאמען פון דעם לוקאװער רב: 7. הרב רפאל בערנשטײן, נפטר געװארן ט״ז כסלו תרל״ח ■׳ - מיר האבן נישט קײן ידיעות װעגן אים. נאך ר׳ רפאלן איז װארשײנלעך געװען רב: ר׳ ישעיה מינצבערג

passage_f1a5583c7ec1076879db6c1d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1398-1937

זיינע הםכמות געפינען זיך אויף אסך ספרים. זיי ן ממלא מקום איז געװען: הרב שמואל שלמה בראאון הרב בראון איז געװען א גרויסער למדן. אין זײנע ױנגער יארן האט ער געלערנט צוזאמען מיטן באקאנטן שרייבער הערש דוד נאמבערג ביים לעצטן פאטער, וואס איז געװען רב אין אמשינאװ. דער לעצטער רב אין לוקאװ איז געװען: 10. הרב ר׳ אהרן נטע פרייבערג דער לעצטער רב האט געטײלט דעם זעלבן גורל ווי זײן עדה. ער איז אומגעקומען צוזאמען מיט זײן עדה אויף קידוש השם אין די דײטשע גאז־אוױונם. הי״ד.

passage_6323245254cce8cad6d2c2f8