Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 368
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1291

364 םםר לוקאװ לוקאװ, אמ געווען דער טראגישסטער טאג פאר מיר און מיץ פרוי אין אונדזער לעבן. װען מ׳האט דעמאלט (דעם 11טן נאװעמבער) געטריבן דורך אונדזער גאס עטלעכע טומנט ײדן׳ האב איך געארבעט אין גארטן. בעת דער אװאנגארד פון דער קאלאנע האמ זיך געפונען נעבן אונדזער הויז, האט עפעסא געהיימע קראפט ארויסגעריסן דעם רידעל פון מײנע הענט אװ מיך געבראכט צום פלויט. איך האב אראפגענומען דאס היטל און געקוקט. כ׳האב געװאלט איינזאפן דעם גאנצן וױיטיק, די גאנצע פאדצװײפ־ לונג פון אט דער גרויסער מאסע, פון די טויזנטער מענטשן, קינדער און מאמעס, זקנים און ױגנט. איך האב זיך אליץ געפרעגטן איז פאראןא העכערע גערעכטי־ קײטז צי עקזיסטירט עפעסא גאטז און איך האב צו זיך אליץ געזאגט: ״אויב ס׳איז פאראןא גאט, מוז ער זיץא דײטש װען ער קוקט זיך צו גלײכגילטיק צו אזא שוידערלעכן פארברעכן״. דער צוג איז שוין אדורך, אבער איך בין נאך אלץ געשטאנען װי ארײנגע־ וואקסן אין דער ערד. עס האט מיר אויסגעפעלט כוח צו רירן זיך פון ארט. אין שטוב האט מיץ פרוי באקומעןא נעדדון־דערשיטערונג. זי האט זיך געריסן די האר פון קאפ. און איך האב זיך אליץ געמוזט האמעװען, כדי זי צו קענען בארוןקן. אין משך פוןא סך,א סך טעג האט אונדז פארפאלגט דאס בילד פון דער מאסע

passage_8b07a82aecc3762f0beb8a8e
Passage 2normalized OCR · source chars 1293-1911

ײדן, װאס װערט געטריבן איבער דער שטאט. מיר האבן נישט געקענט שלאפן און עסן: די ארבעט איז געפאלן פון די הענט; דער געדאנק איז װי אפגעטעמפט געװארן. אונדז האט באהערשטא געװאלדיקער פחד. איך בין אנטלאפן פון לוקאױ און עטלעכע טעג בין איך געלעגןא קראנקער. דאס איז געװעןא נעדוץ־דערשי־ טערונג. איך שרײב, װי עם איז, װעגן דעם. עס איז אבער שװער צו געפינען די װערטער, װאם װאלטן געקענט ברענגען צום אויםדרוק די געפילן, װאם באהערשן מיך. און נאר די נײעס פון אפריקאנישן פראנט גיבן אונדז עפעםא האפענונג, אז עם קומט שוין אן דער םוף פץ דער פארדאדבנקײט.

passage_0a635ac43090f58f9e9df65b
Passage 3normalized OCR · source chars 1913-2914

געװים, די דײטשן זענעןא סך אין צאל. דאם דײטשע פאלק איז באהערשט פון אן אויסטערליש משוגעת. מען האט דעם אײנדרוק, אז פאלנדיק, װעלן די דײטשן מיטשלעפן די גאנצע װעלט אין תהום אריץ. איך זוך צװישן זײ אויםנאמען, איך וױל געפינען כאטש אײנצעלנע פאקטן פון גוטס טאן, פץ הארציקײט אדער פון יחמנות. ליידער, מען קען באשטעטיקן מיט דער גאנצער זיכערקײט, אז אלע דײטשן, װאם געפינען זיך אויף דער פוילישער ערד זענען אויםוװדפן. מען זעט נישט בײ זײ קיץ מענטשלעך געפיל. טײל מאל דוכט זיך, אז אויך זײערע נערװן האלטן גישט אוים: דא און דארט האט מען געקענט זען װי דײטשע זשאנדארן וױינען: מען האט געזען זשאנדארן, װאס האבן געהאלפן ײדן אנטלויפן פון דעפאר• טאציע. אבער אזעלכע פאלן זענען געװען זײער זעלטענע אץ זײ באשטעטיקן בלויז דעם כלל, איך װאלט שטארק געװאלט גלײבן, אז אט די דערצײלונגען װעגן גוטע זשאנדאח זענען אמתדיקע. איך האב מורא, איך האב מורא צו פארליח דעם גלויבן אין דער מענטשלעכקײט פון מענטשן,

passage_522ca410ea4962be2bc7ce12