Original scan
Original memorial-book scan 37
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1411

כסרלוקאװ 33 אן אינטערעםאנט םב,־ צוליב זײנע אריגינעלע געדאנקען• די הויפט־פילאזאסיע דינע איז געװען, אז דער מענטש מוז קומען צו אמתער הכנעד״ ענווד. מײנט: ״כ׳בין נישט געוועז. כ׳בין נישט איצט און װעל נישט זײן״. ער האט געפרעדיקט פאר תיקון המידות׳ קדושת השבת. ער האט מחבר געװעןא צאל זמירות לכבוד שבת. ער האט געפרעדיקט טהרה דורך מקװה און אהבת ישראל. ער איז געװעןא בעל חלומות. אײן מאל ;אין יאר תרנ״ו), שרײבט ער׳ האט ער געזען דוד המלך אין חלום, ״ער האט געשמײכלט צו מיר און כ׳בין געםאלן אויף דער ערד... און געשריגן עטלעכע מאל.- דוד מלך ישראל חי וקים״. ער פלעגט נישט נעמען מער װי18 ;ח״י) קלײנע מטבעות פארא פדיון. װי זײן פאטער, איז ער אויך געװען פול מיט בענקשאפט צו ארץ־ישראל און געשיקט געלט םאר שפײזן ארעמע לייט דארט. אבער ער האט געשטעלטא תנאי, אז זיץ געלט זאל װערן צעטײלט נאר צװישן ארטיקע געבוירענע. צו ערשט האט ער זיך באזעצט אין מיעכאװ. װען זײן הויז איז אפגעברענט געװארן, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לוקאװ. ער איז נפטר געװארן2 טעג אין חשװן אין יאר תרע״ט— אינעם זעלבן טאג פון זײן פאטערם יארצײט— און אינעם זעלבן עלטער פון זײן פאטער—76 יאר. ער האט איבער־ געלאזטא צװאה, אז נאך זיץ טויט זאל מען לייגן שטײנער אויף זיץ הארץ און מען זאל נישט לײגן קיץ מת— אפילו קינדער— אין די פיר אײלן ארום זיץ קבר.

passage_f636f016b6b3d08d0bc85b84
Passage 2normalized OCR · source chars 1413-2559

פוילישע רבײם האבן פון אים שטארק געהאלטן, און מען האט נאכדערצײלט פאר־ שידענע מופתים פון אים. זײנע שירים: א. תיקון ליל ששי: ב. זמר לשבת: ג. שירה נאה לכבוד השבת ולכבוד ישראל; ד. שירה לשבת: ה. אמרי נועם. זײנע חםידים זענען געװען ״עמך״. מען האט אים געהאלטן פארא צדיק. נאך זײן פטירה איז זיץ אײניקל געװארן ממלא מקום. דער רבי האט געטײלט דעם גורל פון זײנע חםידים. װי אלע אנדערע ײדן, האבן די נאצים פארשניטן זיץ לעבן. יידן און דער פוילישער אויפשטאנד אונטער ט. קאשטשושק>ן אין1794 איז אויםגעבראכן דער ערשטער אויפשטאנד פון פוילישע פאטריאטן קעגן די צעטײלער פון פוילן. אין זיץ שפיץ איז געשטאנען טאדעאוש קאשטשושקא. טראץ דעם, װאס די ײדן האבן געליטן פון גרויםע רדיפות אין דעם ערב צעטײלטן פוילן, געװארן באטראכט אלס בירגערלאז אץ זײער ארעמקײט איז געװען נישט צו דערטראגן— האבן ײדן דאך סימפאטיזירט מיטן אויפשטאנד. ײדן זענען געװען פאטריאטיש געשטימט. אויך אפשר דערפאר, װאס קאשטשושקא האט צוגעזאגט פרײרוײט, גלײכבארעכטיקונג אוןא בעםערע באצלונג. דאס איז נישט שטארק געקומען צום אויםדרוק אין טאג־טעגלעכע מעשים. די

passage_6f40d8bf9e09636b3cfb377c