כסרלוקאװ 33 אן אינטערעסאנטםב, ־ צוליב זײנע אריגינעלע געדאנקען • די הויפט־פילאזאסיע דינע איז געװען, אז דער מענטש מוז קומען צו אמתער הכנעד״ ענווד. מײנט: ״כ׳בין נישט געװעז. כ׳בין נישט איצט און װעל נישט זײן״. ער האט געפרעדיקט פאר תיקון המידות׳ קדושת השבת. ער האט מחבר געװען א צאל זמירות לכבוד שבת. ער האט געפרעדיקט טהרה דורך מקװה און אהבת ישראל. ער איז געװען א בעל חלומות. אײן מאל ;אין יאר תרנ״ו), שרײבט ער׳ האט ער געזען דוד המלך אין חלום, ״ער האט געשמײכלט צו מיר און כ׳בין געפאלן אויף דער ערד... און געשריגן עטליכע מאל. - דוד מלך ישראל חי וקים״. ער פלעגט נישט נעמען מער װי 18 ;ח״י) קלײנע מטבעות פאר א פדיון. װי זײן פאטער, איז ער אויך געװען פול מיט בענקשאפט צו ארץ־ישראל און געשיקט געלט סא שפײזן ארעמע לײט דארט. אבער ער האט געשטעלט א תנאי, אז זיץ געלט זאל װערן צעטײלט נאר צװישן ארטיקע געבוירענע. צו ערשט האט ער זיך באזעצט אין מיעכאװ. װען זײן הויז איז אפגעברענט געװארן, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לוקאװ. ער איז נפטר געװארן 2 טעג אין חשון אין יאר תרע״ט — אינעם זעלבן טאג פון זײן פאטערס יארצײט — און אינעם זעלבן עלטער פון זײן פאטער — 76 יאר. ער האט איבער־ געלאזט א צואה, אז נאך זיץ טויט זאל מען לײגן שטײנער אויף זיץ הארץ און מען זאל נישט לײגן קײן מת — אפילו קינדער — אין די פיר אײלן ארום זיץ קבר.
פוילישע רביים האבן פון אים שטארק געהאלטן, און מען האט נאכדערציילט פאר־ שידענע מופתי ם פון אים. זײנע שירים: א. תיקון ליל שש י: ב. זמר לשבת: ג. שירה נאה לכבוד השבת ולכבוד ישראל; ד. שירה לשבת: ה. אמרי נועם. זײנע חסידים זענען געווען ״עמך״. מען האט אים געהאלטן פאר א צדיק. נאך זײן פטירה איז זיץ אייניקל געווארן ממלא מקום. דער רבי האט געטײלט דעם גורל פון זײנע חסידים. װי אלע אנדערע ײדן, האבן די נאצים פארשניטן זיץ לעבן. יידן און דער פוילישער אויפשטאנד אונטער ט. קאשטשושק>ן אין 1794 איז אויסגעבראכן דער ערשטער אויפשטאנד פון פוילישע פאטריאטן קעגן די צעטײלער פון פוילן. אין זיץ שפיץ איז געשטאנען טאדעדאש קאשטשושקא. טראץ דעם, װאס די ײדן האבן געליטן פון גרויסע רדיפות אין דעם ערשט צעטײלטן פוילן, געווארן באטראכט אלס בירגערלאזאץ זײער ארעמקײט איז געווען נישט צו דערטראגן — האבן ײדן דאך סימפאטיזירט מיטן אויפשטאנד. ײדן זענען געווען פאטריאטיש געשטימט. אויך אפשר דערפאר, װאס קאשטשושקא האט צוגעזאגט פרײרוײט, גלײכבארעכטיקונג און א בעסערע באצלונג. דאס איז נישט שטארק געקומען צום אויסדרוק אין טאג־טעגלעכע מעשים. די