Original scan
Original memorial-book scan 390
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1351

צ38 םםר לוקןןװ אויפן זעלבן אוםן, און װען ם׳איז רויקער געװאח, זענען זיי צודיקגעקומען. איצט זענען זײ װידער אװעק אין װאלד ארי?. מיר זענען געבליבן אין באהעלטעניש15 פערזאן. צום גליק זענען אװעק אויד די צװיי, װאם האבן כסדר געהוסט. אויםן צװײטן טאג נאך דער ״אקציע״ האבן מיר געזען דורך דער שפארע װי פאט־ רולן שפאצירן ארום אן אויפהער איבעח חרובן געטא. מיר לײדן אלץ שטארקער פון הונגער, אבער ם׳איז קיץ עצה נישטא. פץ צײט צו צײט דרימלט מען אײן פון מידקײט און אנגעשטרענגטקײט, אבער באלד װעקט מען זיך איבער צוליבן הונגער. אויפן דריטן טאג װעקט אונדז איבער פאר טאגא שטארקער גערויש פון דרויסן. מיר הערן, אז די אוקראינער און דײטשן זוכן באהעלטענישן אין די חרובע הײזער. מיט דער ״אקציע׳ פירט אן דער שטאטקאמענדאנט נײמאן. פלוצלונג האבן מיר דער* העדט אימהדיקע געװאלטן.• ״שמע ישראל! ראטעװעט •״ נישט װײט פון אונדז האט מען אנטדעקטא ״סכראן״ מיט באהאלטענע ײדן. מיר הערןא סעריע שאםן פון אויטאמאטן און דאם געלעכטער פון די מערדער. און ױידער איז געװארן שטיל. פאר נאכט זענען די דײטשן און אוקראלנער דערגאנגען צו אונחער הויז. מיר הערן שוין װי זײ רײסן די פאדלאגעם פון די פארטער־װוינונגען. באלד נאך דעם הערן מיר די דײטשע געשרײען אוןא כסדרדיקע שיםערײ. צי זאלן זײ האבן אנטדעקט אונדזער כאהעלטענישז

passage_4e5cce3a5464f4e41d223862
Passage 2normalized OCR · source chars 1353-2730

װײזט זיך ארוים, אז אין אונדזער ־ויז האט זיך געפונען נאךא באהעלטעניש. איצט האבן די דײטשן אנטדעקט אט די באהעלטעניש. בײ אונדז האט זיך געפונעןא פאטער מיטא טאכטער. װען זי האט דערד.ערט, אז דער ״םכראן״ אונטן איז געװארן אנטדעקט, האט די טאכטער זיך געריםן צו דער שפארע. מיד האבן זיך דערוװםט, אז אין אנטדעקטן ״סכראן״ האט זיך געפונען איר מוטער. זי האט געשריגן, אז זי װיל זען, צי מען פירט נישט ארויס איר מוטער. דאס מײדל האט זיך געריםן די האר פון קאפ אמ געשריגן, אז זי האט נישט צו װאם צו לעבן. זי װיל ארוים אין דרויםן און אומקומען צוזאמען מיט דער מוטער, מיר זענען צו צו איר און געפרװוט זי אײנשטילן, אבער זי איז געװען װילד און מיר האבן איר געמוזט פארשטאפן דאס מויל. אויך דער פאטער האט מיט טרערן אין די אויגן געבעטן בײ דער טאכטער, אז זי זאל זיך בארױקן. אויפן פינפטן טאג זענען מיר אלע געװען װי פארחלשטע פון הונגער. מיר האבן װידער דערד.ערט װי עם דעתענטערן זיך דײטשע שטימען. זײ האבן רעװידירט אונדזער הויז. מיר האבן געד״ערט דיערע טריט אויפן בוידעם, אויפן דאך. מיר אטעמען נישט. צי האט מען אונדז געמםרט? מיר בעטן גאט, אז עס זאל אראפא רעגן אמ פארטרײבן די באנדיטן. מיטאגצײט האבן מיר געד.עדט װי די באנדיטן גײען אדאפ פון דאך און עסן זײער מיטאג. עם איז פינצטער געװאח אמא שלאקסרעגן האט זיך

passage_9e4f2d1ea4bb9a6a08008891
Passage 3normalized OCR · source chars 2732-2912

אראפגעלאזט. די דײטשן אמ אוקראינער האבן געממט איבערחיסן זײער ארכעט. איך האב געזען דעדיןא גוטן סימן און איך הײב װידער אן גלײבן, אז מיד װעלן זיך דאך ראטעװען.

passage_c20a65a01ecd030adb47285d