Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 390
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1351

צ38 םםרלוקןןװ אויפן זעלבן אוםן, און װען ם׳איז רויקער געװאח, זענען זיי צודיקגעקומען. איצט זענען זײ װידער אװעק אין װאלד ארי?. מיר זענען געבליבן אין באהעלטעניש 15 פערזאן. צום גליק זענען אװעק אויך די צװיי, װאם האבן כסדר געהוסט. אויפן צװייטן טאג נאך דער ״אקציע״ האבן מיר געזען דורך דער שפארע װי פאט־ רולן שפאצירן ארום אן אויפהער איבער חרובֿן געטא. מיר לײדן אלץ שטארקער פון הונגער, אבער ם׳איז קיץ עצה נישטא. פץ צייט צו צייט דרימלט מען אײן פון מידקײט און אנגעשטרענגטקײט, אבער באלד װעקט מען זיך איבער צוליבן הונגער. אויפן דריטן טאג װעקט אונז איבער פארטאג א שטארקער גערױש פון דרויסן. מיר הערן, אז די אוקראינער און דײטשן זוכן באהעלטענישן אין די חרובֿע הײזער. מיט דער ״אקציע׳ פיר ט אן דער שטאטקאמענדאנט נײמאן. פלוצלונג האבן מיר דער* העדט אימהדיקע געװאלטן. • ״שמע ישראל! ראטעװעט • ״ נישט װײט פון אונדז האט מען אנטדעקט א ״סכראן״ מיט באהאלטענע ײדן. מיר הערן א סעריע שאסן פון אויטאמאטן און דאס געלעכטער פון די מערדער. און װידער איז געװארן שטיל. פאר נאכט זענען די דײטשן און אוקראינער דערגאנגען צו אונזער הויז. מיר הערן שוין װי זײ רײסן די פאדלאגעס פון די פארטער־װוינונגען. באלד נאך דעם הערן מיר די דײטשע געשרײען און א כסדרדיקע שיסערײ. צי זאלן זײ האבן אנטדעק ט אונדזער כאהעלטענישז

passage_4e5cce3a5464f4e41d223862
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1353-2730

װײזט זיך ארויס, אז אין אונזער װױז האט זיך געפונען נאך א באהעלטעניש. איצט האבן די דײטשן אנטדעקט אט די באהעלטעניש. בײ אונדז האט זיך געפונען א פאטער מיט א טאכטער. װען זי האט דערד.ערט, אז דער ״םכראן״ אונטנ איז געװארן אנטדעקט, האט די טאכטער זיך גערימט צו דער שפארע. מיד האבן זיך דערוװםט, אז אין אנטדעקטן ״סכראן״ האט זיך געפונען איר מוטער. זי האט געשריגן, אז זי װיל זען, צי מען פירט נישט ארויס איר מוטער. דאס מײדל האט זיך גערימט די האר פון קאפ אמ געשריגן, אז זי האט נישט צו װאם צו לעבן. זי װיל ארוים אין דרויסן און אומקומען צוזאמען מיט דער מוטער, מיר זענען צו צו איר און געפרװווט זי אײנשטילן, אבער זי איז געװען װילד און מיר האבן איר געמוזט פארשטאפן דאס מויל. אויך דער פאטער האט מיט טרערן אין די אויגן געבעט בײ דער טאכטער, אז זי זאל זיך בארױקן. אויפן פינפטן טאג זענען מיר אלע געװען װי פארחלשטע פון הונגער. מיר האבן װידער דערד.ערט װי עס דעתענטערן זיך דײטשע שטימען. זײ האבן רעװידירט אונדזער הויז. מיר האבן געד״ערט דיערע טריט אויפן בוידעם, אויפן דאך. מיר אטעמען נישט. צי האט מען אונדז געמםרט? מיר בעטן גאט, אז עס זאל אראפ א רעגן א מ פארטרײבן די באנדיטן. מיטאגצײט האבן מיר געד.עדט װי די באנדיטן גײען אדאף פון דאך און עסן זײער מיטאג. עם איז פינצטער געװאח א מ א שלאקסרעגן האט זיך

passage_9e4f2d1ea4bb9a6a08008891
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2732-2912

אראפגעלאזט. די דײטשן און אוקראינער האבן געממ ט איבערחיסן זייער ארכעט. איך האב געזען דעם א גוטן סימן און איך הײב װידער אן גלײבן, אז מיד װעלן זיך דאך ראטעװען.

passage_c20a65a01ecd030adb47285d