Original scan
Original memorial-book scan 404
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-653

400 סםר לוקאו• בלויז צװײ פאר איבערגעשראקענע אויגן האבן זיד צוגעקוקט װאם עם געשעט אין קעלער: בלויז אט די אויגן האבן געזען װי אלע גײען ארוים: בלויז אט די אויגן האבן אויםגעהאלטן דעם באשלום: בעםער געהרגעט װערן אויפן ארט׳ און נישט לאזן זיד פירן אויף פײן. און אט די אויגן האבן געזען װי עם װערט נאבט. ם׳איז שטיל, קײגער קומט נישט. מען דארף זיד איילן און אנטלויפן. באלד װעלן די גוױם ארוים פון זייערע היתער ראבעװען דאם לעצטע ביםן װאם איז דא געבליבן נאד די ײדן... און אין יענעם טאג ביז איד געװען אויפן דארף. אלץ איז מיר געפאלן פון די הענט, אלץ גײט װי אויף צוריק.

passage_fd6df801286635d0ab58075b
Passage 2normalized OCR · source chars 655-1747

םרילינג. שטיל איז ארום, נאר די אויגן פארצלען זיד װי מיטא הײטל, און די װעלט, דוכט ייד גײט אונטער. איד האב געלײגט אויפן װאגן דאם מיםט פון שטאל, כדי עם ארויםצופירן אויפן פעלד, און דאם מיםט איז מיר געפאלן אין פנים* איד בין ארויף אויםן װאגן מיםט, און באלד בין איד געלעגן אונטער אים. װאם איז געשען מיט מיר אין אט דעם םרילינג־טאגז ביז איצט פארשטײ איד נישט, װי אזיי איד האב זיד דערוװםט• אז פון לוקאװ, פון ראדזין, פון מעזריטש, און פון אלע שטעטלעד ארום, האט מען אין דעם טאג ארויםגעפירט די לעצטע ײדן. דאם הארץ אין מיר האט געפלאצט, אבער איד האב נישט געטארט שרײען: ״וװ איז מיץ מוטערז װו זענען מײנע צװײ יינגערע ברידער שאול און יעקבז איד װיל צו אייןי, גײן צוזאמען מיט אײד, איד װיל נישט בלײבן אליץ, אויף אײביק— אליץ״■. אין יענעם סרילינג־טאג פון1943 ביז איד נאד נישט אלט געװען קיץ19 יאר. אין יענעם טאג בין איד גרוי געװארן. איד האב געװארפן די ארבעט אויפן פעלד, איד האב ריזיקירט מיטן לעבן, אבער בלײבן אין דארף האב איד שוין מער נישט געקענט.

passage_e920f5fa290dee79dbd0533f
Passage 3normalized OCR · source chars 1749-3016

בײ נאכט ביז איד ארוים אין װעג• איד בין געגאנגען דוידא טיפן װאלד, דורד אומבאקאנטע װעגן. מיט יעדן טראט האב איד זיד דערנענטערט צו מיץ מוטער, צו מײנע ברידער. אפשר דארפן זײ מײן הילףז אפשר װאלגערן זײ זיד ערגעץ אויףא װעגן מײן ברודעד שאול האט תמיד געזאגט, אז קיץ לעבעדיקן װעט ער זיד נישט לאזן נעמען: ער מוז פריער דערהרגענען באטש איץ דײטש. מיץ טײערער ברודער, וװ איז דאם געװען אין דער אמתןז צי האםטו געהאלטן װארטז יא, איד גלײב דיר. דו האםט יאד שויןא מאל געזען װי מען פירט ײח פון לוקאװ... בײדע זענען מיר דאן געזעםן אויףא הויכן בוים אין װויטבאביזנע נעבן דער חזיר־ םטאציע בײם מעזדיטשער שאםײ. מיר האבן געזען, װי מען טרײבט די ײדן, און דעמאלט האםטו געשוװירן, אז קיץ לעבעדיקן װעםטו זיד נישט לאץ נעמען. זעקם װאכן האב איד ייד באהאלטן איןא םטאדאלע אין דארף• איד האב אפגע• שפארט פון ביםל עםן װאס איד האב געקריגן׳ איד האב געגנבעט, און דיר געטראגן אין דער באהעלטעניש אין דער םטאדאלע. װי גוט איז מיר דעמאלט געװען, שאול! איד האב ייד געקושט און געקניפט, וױיל רעדן האט מען נישט געטארט. עמעצער האט דאד געקענט דערהערן. בלויז זרץ מאל האבן מיר גערעדט אויפן קול און מיר האבן זיד געפילט אין גאנצן פדײ.

passage_bf88c6b7df8c200e2bd54bb4