ססר לוקאוו 421 װו די זענען אומגעקומען. צום םוף טרייסט ער מיך, גיט מיר צו מוט אח האפענונג און זאגט מיר אויך צו, *ז װי לאנג ער װעט לעבן, װעט ער מיר העלפן. ער פרעגט זיך אויך נאך אױף די איבעריקע לוקאװער, בבדי זײ אויך צו העלפן. פון דעמאלט אן קומט ער צו מיר אפט און העלפט מירא םך ארוים. עד העלפט אויך אנדערע אקאװער. עס העלפט מיר אויך פיל אונדזער בן־עירבוטשעהייבלו ם. דאם זענען געװען מענטשן מיט אײדעלע געפילן, װאם אין יענער צײט איז עס געװען א זעלטנהײט. זײ האבן זיך פיל געלאזט קאסטן, בכדי צו העלפן זײערע שטאט־מענטשן. זײ האבן אנגעװענדט אלע מעגלעכע פראטעקציעם און באמיונגען צו העלפן די לעבנ־ געבליבענע לוקאװער אוןא דאנק זײ זענען פיל געבליבן לעבן.
װען דער פארהאםטער שונא האט שוין געהאלטן ביים פארענדיקן זיץ אויסראטונגם־ ארבעטץ מיר אלע זענען שוין געווען די לעצטע קאנדידאטן פאר די אויװנס, האבן פלוצלונג אנגעהויבן בלאזן װארעמע װינטן פון מזרח. די זיגרייכע רויטע ארמיי האט געיאגט די דײטשישע פאשיסטן. עס איז געװארן א טומל אין לאגער און מען האט אונדוויף דער גיך אװעקגעשיקט קיץ ראװענםבריק, מאטהאוזן און דאכאו, כדי דאדט צו פארענדיקן זײער מערדעריש װערק. אין דער בהלה פארליר איך מיץ לעבנם־ רעטער, װאס האט פארמאגט אין זיך אזוי פיל הארציקײט און גוטםקײט. אויסן וועג באקומט ישראל שטײנבערג א הארץ־אטאק, און עס איז נישטא װער עס זאל אים העלפן. זאל פארשריבׂן װערן אױף אײביק אין זכרון פון די לוקאװער לעבנגעבליבענע ײדן דאם אײדעלע געשטאלט פון אונדזער בן־עיר ישראל שטײנבערג, אלם מוםטע ד פון א מענטש, װאס האט אלץ געבראכט פאר א קרבן, בכדי צו ראטעװען זײנע לאנדםלײט, און װעמען פיל האבן צו פארדאנקען דאס, װאס זײ געפינען זיך הײנט צװישן די לעבעדיקע נאך די גרויזאמע יארן פון היטלערם ממשלה. לייב שליטערמאן פון מײנע איבערלעבונגען
דעם 27סטן סעפטעמבער 1939, 27 טעג נאך אויסבראך פון דער מלחמה, בין איך מיט א ראװער אהיימגעפאקט קיין לוקאװ פון װארשע, װאו איך האב זיך געפונען די לעצטע צייט. אויפן וועג האב איך געזען ווי מען רוימט אפ די דערהרגעטע און מע לייגט זיי אין די ראוועם, כדי מתים זאלן נישט שטערן דער באװעגונג. 9 שעה האט געדויערט מײן נסיעה קיין לוקאװ. מיט 2 טעג פריער האבן די םאװיעטן זיך צוריקגעצויגן פון לוקאװ, װאם זײ האבן געהאט פארנומען צײטװײליק. איז דער הײם האב איך געטראפ ן מיט גאנצע משפחה ״ חו ץ מיט שװעםטער , װאם