Original scan
Original memorial-book scan 442
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1206

438 םםר לוקאװ די קאלכעם, האב איךא טראכט געטאן, אז עם האט נישט קיין זין צו שטיץ און ווארםן• איך בין ארויף אויפן בוידעם פוןא בגין און דארט האב איך שוין געטראפן באו־ואלטענע ײדן, און צװישן זײ, װי ײדישע פאליציאנטן— יחיאל האנדעלםמאן און יאנקל געפען. עם איז געװארן שא־שטיל. און פלוצעם האט זיך אנגעהויבןא שרעקלעכע שיםערײ. מיר האבן ארויםגעקוקט דורך די שפארעם פונעם דאך און צוגעזען די שוידערלעכע בילדער. נאך מיטאג איז געװארן שטילער, די געשרײען זענען געװארן אלץ קלענער. מיטן צופאלן פון דער נאכט איז געװארןא שטילקײט, װי אויףא בית־עולם, מיר האבן זיך אװעקגעלײגט אויפן דיל אײנער נעבן צוױיטן. איך געדענק נישט צי מיר זענען געשלאפן. װען ם׳איז געװארן טאג האבן מיר זיך װידער אוועקגעשטעלט בײ די שפארעם צו אבםער־ װירן װאם װײטער װעט זײן. ענדלעך האבן מיר באמערקט װי אויפן בהמה־מארק (קאנםקי רינעק) קומען אן 3 װאגנם מיט די פאלגנדיקע פעתאנען: מיץ שװער ר׳ גרשון פלוג, ר׳ נח פלאמאן און מעגדל לוםט— אלע מיט די שילדלעך אויפן הארצן: די פורמאנעם מאיר ראגאלםקי מיט זיק זון, יאגקל שוחט: פון דער יידישער פאליציי— מיין חבר שמעון ריבאק, משה װאלבערג, ישראל פרעגגלער.

passage_68e9f3e8b38a62565ed7f784
Passage 2normalized OCR · source chars 1208-2351

מיר האבן באשלאםן, אז אײנער פון אונדז זאל אראפגיץ זיך דערװיםן װי די לאגע זעט אוים. אבער קיינער האט נישט געװאלט זיץ דער ״אײנער״. ענדלעך איז געװאח באשלאםן, אז איך גײ אראפ און מיט קאפ־באװעגונגען װעל איך זײ געבן צײכנם, צי די זאלן אויך אראפגײן. װי נאר איך בין אראפ אוןא קוק געטאן אויף זײ, האב איך באלד פארשטאנען װי די לאגע זעט אוים. דער מאםנמערדער, דער שעף פון אונדזער שטאט, בירגער, איז תיכף אויםגעװאקםן, מיך אפגעמאםטן מיט זײן רוצחישן בליק און געפרעגט פון װאנען איך נעם זיך אהער און וװ איך בין נעכטן געװען. איך האב זיך גענומען צוא פערד־אח־װאגן, װי אײנער װאם װיל אנטײלנעמען אין דער ״גוטער״ ארבעט. די מענטשן האבן מיר דערצײלט, אז מ׳האט אװעקגעפירט א 7—8 טויזנט יידן צו די װאגאנעם. 6—7 הונדערט דערשאםענע זענען געבליבן אין די שטובן, אין די גאםן את בעיקר אויפן חזיר־מארק. צוזאמען מיט זײ בין איך אװעק־ געפארן צו דער ארבעט, דער שװער האט מיר דערצײלט, אז די מיטגלידער פון ױדענראט האט מען דערשאםן די ערשטע, מיר האבן צונויפגענומען די דערשאםענע אץ זיי אפגעפירט אויפן נײעם ײדישן בית־עולם מאלצענאװ,

passage_c73f86a6662e110a60f85124
Passage 3normalized OCR · source chars 2353-2643

איד געדענק, װי אזוי דאם נײע ״הײליקע ארט״ איז געװארן געהײליקט פאר אונדזערע צדיקים את קדושים. מ׳האט געמאכט7 מאל הקפות ארום דעם פלאץ, געזאגט קאפיטלעך תהילים את פארשידענע זוהר־פםוקים מיט שמות. דערנאך האט מען געטרונקען כראנפן און זיך געװונטשן ,/איבערצולעבן״.

passage_ef18b6e1fdc2efe51a69984d