Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 442
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1206

438 םםר לוקא װ די קאלכעם, האב איך א טראכט געטאן, אז עס האט נישט קיין זין צו שטיץ און ווארמען • איך בין ארויס אויפן בוידעם פון א בגין און דארט האב איך שוין געטראפן באו־ואלטענע ײדן, און צווישן זיי, װי ײדישע פאליציאנטן — יחיאל האנדעלםמאן און יאנקל געפען. עם איז געװארן שא־שטיל. און פלוצעם האט זיך אנגעהויבן א שרעקלעכע שיםערײ. מיר האבן ארויסגעקוקט דורכן דיך שפארעם פונעם דאַך און צוגעזען די שוידערלעכע בילדער. נאך מיטאג איז געװארן שטילער, די געשרײען זענען געװארן אלץ קלענער. מיטן צופאלן פון דער נאכט איז געװארן א שטילקײט, װי אויפן בית־עולם, מיר האבן זיך אװעקגעלײגט אויפן דיל איינער נעבן צװייטן. איך געדענק נישט צי מיר זענען געשלאפן. װען ם׳איז געװארן טאג האבן מיר זיך װידער אוועקגעשטעלט ביי די שפארעם צו אבםער־ װירן װאם װייטער װעט זיין. ענדלעך האבן מיר באמערקט װי אויפן בהמה־מארק (קאנםקי רינעק) קומען אן 3 װאגנ ם מיט די פאלגנדיקע פעתאנען: מיץ שװער ר׳ גרשון פלוג, ר׳ נח פלאמאן און מעגדל לוסט — אלע מיט די שילדלעך אויפן הארצן: די פורמאנעם מאיר ראגאלםקי מיט זיק זון, יאגקל שוחט: פון דער יידישער פאליציי — מיין חבר שמעון ריבאק, משה װאלבערג, ישראל פרעגגלער .

passage_68e9f3e8b38a62565ed7f784
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1208-2351

מיר האבן באשלאסן, אז איינער פון אונדז זאל אראפגײען זיך דערװיסן װי די לאגע זעט אויס. אבער קיינער האט נישט געװאלט זײן דער ״אײנער״. ענדלעך איז געװען באשלאסן, אז איך גײ אראפ און מיט קאפ־באװעגונגען װעל איך זײ געבן צײכנס, צי די זאלן אויך אראפגײן. װי נאר איך בין אראפ און א קוק געטאן אויף זײ, האב איך באלד פארשטאנען װי די לאגע זעט אויס. דער מאסןמערדער, דער שעף פון אונדזער שטאט, בירגער, איז תיכף אויסגעװאקסן, מיך אפגעמאסטן מיט זײן רוצחישן בליק און געפרעגט פון װאנען איך נעם זיך אהער און װו איך בין נעכטן געװען. איך האב זיך גענומען צו א פערד־אח־װאגן, װי איינער װאם װיל אנטײלנעמען אין דער ״גוטער״ ארבעט. די מענטשן האבן מיר דערצײלט, אז מ׳האט אװעקגעפירט א 7—8 טויזנט יידן צו די װאגאנעס. 6—7 הונדערט דערשאסענע זענען געבליבן אין די שטובן, אין די גאסן את בעיקר אויפן חזיר־מארק. צוזאמען מיט זײ בין איך אװעק־ געפארן צו דער ארבעט, דער שװער האט מיר דערצײלט, אז די מיטגלידער פון ױדענראט האט מען דערשאסן די ערשטע, מיר האבן צונויפגענומען די דערשאסענע אץ זי אפגעפירט אויפן נײעם ײדישן בית־עולם מאלצענאװ,

passage_c73f86a6662e110a60f85124
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2353-2643

איד געדענק, װי אזוי דאם נײע ״הײליקע ארט״ איז געװארן געהײליקט פאר אונדזערע צדיקים את קדושים. מ׳האט געמאכט 7 מאל הקפות ארום דעם פלאץ, געזאגט קאפיטלעך תהילים את פארשידענע זוהר־פםוקים מיט שמות. דערנאך האט מען געטרונקען כראנפן און זיך געװונטשן,/איבערצולעבן״.

passage_ef18b6e1fdc2efe51a69984d