Original scan
Original memorial-book scan 455
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1094

םםר לוקאו ו 451 דיידיעותפונפראנץטזענעןגעװעןזײערשלעכטע. בריסל איז געפאלן. מיר האבן דארט איבערגעלאזט די הארעװאניע פון יארן, אײנגעארדנטע שטובן מיט אלע חפצים. מיר זענען דאך ארויס מיט קליינע װאליזקעלעך אין די הענט, האפנדיק, אז מיר װעלן זיך שנעל אומקערן, װארעם די ענגלישע און פראנצויזישע ארמײען װעלן דאך נישט דערלאזן, אז בעלגיע זאל װערן אקופירט פון די דײטשן. אבער געקומען איז די מפלה אין דונקערק. דאס ענגלישע מיליטער איז אנטלאפן אין בהלה און איבערגעלאזט די קריגם־אויםשטאטונג. אויפן הארץ איז געװארן שװער. מיר האבן נישט געזען קײן אויםװעג פון דער סיטואציע. פלוצים איז דערשינען א באפעל, אז אלע פוילישע בירגער, װאס האבן געװוינט אין בעלגיע און געפינען זיך איצט אין פראנקרײך, זאלן זיך מאביליזירן אין דער פוילישער ארמײ׳ װאם איז געשאפן געװארן אין פראנקרײך. איך און נפתלי האבן אויך דערהאלטן אויפפאדערונגען תיכף זיך צוצושטעלן אין פוילישן מיליטער. מיר האבן זיך געזעגנט מיט די פרויען און קינדער, געבליבענע אין דער פרעמד אן מיטלען צום לעבן, און מיר זענען אװעקגעפארן.

passage_77d35d818a9c81d13563b916
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1096-2414

מען האט אונז אוועקגעפירט װײט׳ און מיר האבן זיך געטראפן מיט אונדזערע אלטע באקאנטע פאליאקן. דאם זענען געװען די רעשטלעך פון דער פוילישער ארמײ, װאם איז אנטלאפן דורך רומעניע קי ם פראנקרײך און דארט געפרװוט אויפשטעלן די ארמײ צוזאמען מיט די פאליאקן, וואס האבן געװוינט אין פראנקרײך. יעדע ר פ מ אונז האט דארט געזוכט א פרײנד, א חבר. קודם־כל האבן מיר געזוכט באקאנטע פון לוקאוי• אפשר װעט זיך דאך געפינען א לאנדסמאן. װי דערשטוינט בין איך געװארן, װען איך האב זיך דערװוסט, אז יאסל בורשטין זוכט מיך. איך האב זיך דערװוסט, אז ער געפיגט זיך א 10 קילאמעטע ר פון דעם ארט, ו װ מיר שטײען. װען מיר האבן זיך צונויפגעטראפן, האבן מענטש ן געמײנט, אז מיר זענען ברידער — אזוי הארציק איז געװען אונדזער באגעגעניש. מיר זענען געגאנגען יעדן טאג אויף איבונגען, געלערנט זיך די קונסט פון שיםן. אבער אין איינעם אן אוונט האבן מיר באמערקט, אז די פוילישע אפיצירן פאק ן זיך. עם האבן אנגעהויבן קורםירן קלאנגען, אז די חבר ה מאכט פליטה, אז די דײטשן קומען אז׳ און זײ, די אפיצירן, אנטלויפן אין זײערע אויטאם. מיר זענען געבליבן אליץ און מיר האבן אנגעהויבן צעלויפן זיך אין פארשידענע ריכטונגען, איך האב פארלוירן די חברים און לאנדםלײט. װוהין גייט מען? קודםכל דארף מען אויפזוכן די פרוי מיטן קינד.

passage_5ad0be74bb0576e79e4700e0
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2416-2952

די װעגן זענען אן אויפהער געװארן באמבארדירט. א סך מענטשן זענען אומגעקומען. מיר זענען צוגעקומען צו א פארט. א טייל פון אונז האט מען געװאלט נעמען קײן ענגלאנד, אבער איך האב געטראכט בלויז װעגן אפגעפינען מײן פרוי און קינד. נאך א סך טעג פון װאנדערן אין אזעלכע באדינגונגען, בין איך ענדלעך אנגעקומען אין דעם דארך, װו עס האבן זיך געפונען מײן פרוי מיטן קינד. איך האב דארט אויך געטראפן נפתלים רעברניק. יעדער איינער פון אונז האט געהאט צו דערצײלן װעגן די דורכגע־ געלעבטע צרות.

passage_e4c3267c8911651c202599ea