Original scan
Original memorial-book scan 476
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1410

472 םסר לוקא װ זיך געמוזט פארהאלטן, װײַל עס האט שוין אנגעהויבן צו טאגן • קײן ציל האבן מיר פארזיד נישט געהאט. קיינער האט אויף אונדז נישט געװארט. דער שלעכטער גוי האט נאר אויסגעקוקט, אז א ײד זאל אים ארײנפאלן אין די הענט, װעט ער פאר אים קריגן בײ די דײטשן א קילא צוקער * דער גוטער גוי װידער, האט אויס מורא נישט נעװאלט האבן קײן מגע ומשא מיט א ײד, א פאראורטײלטן צום טויט דורך די דײטשן. אבער עס ן מוז מען דאך, האבן מיר איבערגעלאזט די גאנצע גרופע אין װעלדל, אמ3 מענער, האבן מיר זיך געלאזט אין װעג ארײן שאפן א שטיקל ברויט. מיר זענען ארײן צו יאנעק זשימאװםקי, װאם האט געװוינט בײם נײעם בית־ הקברות. איך האב אים געקענט פאר א מענטש מיט א גוט הארץ און פאר א גרײטן צו העלפן. װי נאר איך בין ארײנגעקומען צו אים אין שטוב, האב איך תיכף דערפילט א פרײנדלעכע אטמאםפער צו מיר. ער איז געװען איבערראש ט דערפון, װאם מיר לעבן נאך. ער האט מיך געקושט פון גערירטקײט און אויסגעדריקט זײן גרײטקײט צו העלפן אונדז מיט װאם ער קען. זשימאװםקי האט מיך אװעקגענומען אין א זײט און מיר דערציילט, אז נעכטן בײ נאכט איז געװען בײ אים א גרופע ײדישע פארטיזאנער פון קאצק. זײ זענען געװען אויפן װעג צום אקאװער געטא. ער האט זײ געװארנט, אז אין געטא קומט פאר אן אקציע, אז די זאלן בלײבן בײ אים באהאלטן איבערן טאג, און דערנאך אומקערן זיך אין די קאצקער װעלדער.

passage_b401f8ff313438e2f74eee3b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1412-2556

און באלד האבן זיי זיך טאקע באוויזן פאר אונדז. זיי זענען אראפ פון בוידעם. עטלעכע פון זיי האב איך געקענט. נאך א קורצן שמועס האבן מיר באקזלאםן צו שאפן א פארטיזאנישע גרופע און אוועקלאזן זיך אין די וועלדער ארום קאצק. איך האב באקומען ביי זשימאװסקין ברויט פאר מימ משפחה, און ער האט מיר צוגעזאגט צו העלפן אונדז תמי ד ווען מיר וועלן זיך װענדן צו אים. אויפן וועג צו מימ משפחה האב איך מיטגענומען אויך די קאצקער חברים. מיי האבן אנגעהויבן מאכן פלענער װי אזוי אויסצונוצן דעם ביםל צייט פ מ אונדזער לעבן, װאם איז נאך געבליבן, כדי נקמה צו נעמען אין אונדזערע בלוטיקע שונאים. איך האב זיי דערציילט, אז ווען מימ ברודער ליחער איז צוריקגעקומען פון פוילישן מיליטער אין יאר 1939, האט ער באהאלטן 2 ביקםן און אויך גראנאטן. מען מוז זען דעם געװער צו געפינען. צו באקומען א ביקם איז פאר א ייד געווען דער גרעסטער חלום. ווען מיר זענען צוריקגעקומען אין װעלדל, האבן מיר דארט שוין געטראפן נאד עטלעכע ױגנטלעכע פ מ געטא. צווישן די זענען געווען ראובן װײםבוים (באבעניקעס מיט דמ מוטער און שוועםטער, איבל בארענשטימ, העניך נארמאן, יחיאל איינשטאק.

passage_f85d9e272113b28d202b3090
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2558-2908

אויף צו מארגן בין איך צוזאמען מיט ערליכן, װײםבױמען און בארענשטײנען אװעק אװעק דארף שװידרי, כדי אויסצוגראבן די באד,אלטענע ביקםן. מיר האבן זיך באהאלטן אין פעלד און געװארט אויפן אנקום פון באלעבאם, ביי װעמען מײן ברודער האט באהאלטן די ביקםן. אין דער פרי האט דער פאליאק זיך באװיזן. אונטער דער דראונג מיט א רעװאל׳

passage_d1aac7a6911b20e723c89a98