Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 476
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1410

472 םסר לוקאװ זיך געמוזט פארהאלטן, װייל עם האט שױן אנגעהויבן צו טאגן• קיין ציל האבן מיר פאר זיד נישט געהאט. קיינער האט אויף אונדז נישט געװארט. דעד שלעכטער גױ האט נאר אויםגעקוקט, אזא ייד זאל אים אריינפאלן אין די הענט, װעט ער פאר אים קריגן בײ די דייטשןא קילא צוקער* דער גוטער גוי װידער, האט אוים מורא נישט נעװאלט האבן קײן מגע ומשא מיטא ײד,א פאראורטײלטן צום טויט דורך די דײטשן. אבער עםן מוז מען דאך, האבן מיר איבערגעלאזט די גאנצע גרופע אין װעלדל, אמ3 מענער, האבן מיר זיך געלאזט אין װעג ארײן שאפןא שטיקל ברויט. מיר זענען ארײן צו יאנעק זשימאװםקי, װאם האט געװוינט בײם נײעם בית־ הקברות. איד האב אים געקענט פארא מענטש מיטא גוט הארץ און פארא גרײטן צו העלסן. װי נאר איך בין ארײנגעקומען צו אים אין שטוב, האב איד תיכף דערפילטא פרײנדלעכע אטמאםפער צו מיר. ער איז געװען איבערראשט דערפון, װאם מיר לעבן נאך. ער האט מיך געקושט פון גערירטקײט און אויםגעדריקט זײן גרײטקײט צו העלפן אונדז מיט װאם ער קען. זשימאװםקי האט מיך אװעקגענומען איןא זײט און מיר דערציילט, אז נעכטן בײ נאכט איז געװען בײ איםא גרופע ײדישע פארטיזאנער פון קאצק. זײ זענען געװען אויפן װעג צום אקאװער געטא. ער האט זײ געװארנט, אז אין געטא קומט פאר אן אקציע, אז די זאלן בלײבן בײ אים באהאלטן איבערן טאג, און דערנאד אומקערן זיד אין די קאצקער װעלדער.

passage_b401f8ff313438e2f74eee3b
Passage 2normalized OCR · source chars 1412-2556

און באלד האבן זײ זיך טאקע באװיזן פאר אונדז. זײ זענען אראפ פון בוידעם. עטלעכע פון זײ האב איך געקענט. נאךא קורצן שמועם האבן מיר באקזלאםן צו שאפן א פארטיזאנישע גרופע אמ אװעקלאזן זיד אין די װעלדער ארום קאצק. איד האכ באקומען בײ זשימאװםקין ברויט פאר מימ משפחה, און ער האט מיר צוגעזאגט צו העלפן אונדז תמיד װען מיר װעלן זיך װענדן צו אים. אויפן װעג צו מימ משפחה האב איך מיטגענומען אויך די קאצקער חברים. מיי האבן אנגעהויבן מאכן פלענער װי אזוי אויםצונוצן דאם ביםל צײט פמ אונדזער לעבן, װאם איז נאך געבליבן, כדי נקמה צו נעמען אין אונדזערע בלוטיקע שונאים. איך האב זײ דערצײלט, אז װען מימ ברודער ליחער איז צוריקגעקומען פון פוילישן מיליטער אין יאר 1939, האט ער באהאלטן2 ביקםן און אויך גראנאטן. מען מוז זען דאם געװער צו געפינען. צו באקומעןא ביקם איז פארא ײד געװען דער גרעםטער חלום. װען מיר זענען צוריקגעקומען אין װעלדל, האבן מיר דארט שוין געטראפן נאד עטלעכע ױגנטלעכע פמ געטא. צװישן די זענען געװען ראובן װײםבוים (באבעניקעס מיט דמ מוטער אמ שוועםטער, איבל בארענשטימ, העניך נארמאן, יחיאל איינשטאק.

passage_f85d9e272113b28d202b3090
Passage 3normalized OCR · source chars 2558-2908

אויף צו מארגנם בין איך צוזאמען מיט ערליכן, װײםבױמען און בארענשטײנען אװעק אץ דארף שװידרי, כדי אויםצוגראבן די באד,אלטענע ביקםן. מיר האבן זיד באהאלטן אץ פעלד און געװארט אויפן אנקום פמ באלעבאם, בײ װעמען מימ ברודער האט באהאלטן די ביקםן. אין דער פרי האט דער פאליאק זיד באװיזן. אונטער דער דראונג מיטא רעװאל׳

passage_d1aac7a6911b20e723c89a98