Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 502
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-630

498 םםר לוקןז װ מיר זענען אלע אנגעקומען לעבעדיק צו זיד אהײם. געמיינט האבן מיר, אז אונדזער אפטײלונג װײסט נישט װעגן אונדזער אפגעטאן שטיקל ארבעט. אבער װאם װיהם זיו ארויסז שוין די ערשטע פאםטן באגריםן אונז און ביז מיר קומען אן צום צװײטן פאםטן׳ לויפן שוין אונז אקעגן הונדערטער מענער, פרויען און קינדער און מען קושט אונדז און מען םרײט זיך מיט אונדז. דער קאמאנדיר אונדזערער׳ דער קאמיםא ר גארדין׳ א נאװאגרודקער ײד׳ פרײט זיך שטארק מיט אונדז׳ װײל נאד פריער האט ער געהערט װעגן אונדזער אויפטו׳ ער רופט אונז אלעמען צונויף און גיט אונז צו מאכן א ״לחײם״■

passage_62e0333a6ac8bfa2804c9f8b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 632-1974

אין אטריאד הײבט זיך אן צו שאפן, א פרײװיליקע גרופע, װעלכע גרײט זיך אויסצופירן אזא פריש שטיקל ארבעט. מען בעט שוין מיד. • ״חבר פאליטרוק״ איד װיל גײן׳ איד בין גרײט צו גײן 1״ און דא האט זיך דערנענטערט דער יום־טוב־טאג פון דער אנטשטײונג פון דער רויטער ארמײ. מיר גרײטן זיך צו פײערן דעם טאג. אויפן דער פײערונג טרעט איד ארויס און זאג׳ אז װען היטלער װאלט איצט געװען דא ביי אונדז און װאלט געזען דעם גרויסן ײדישן אטריאד. װאם האט אים מיט אײניקע טעג צוריק צעשמעטערט דעם עשאלן — װאלט ער זיכער באקומען א הארץ־אטאק. און װאם װאלט ער געזאגט׳ װען ער וױםט׳ אז היגטער זיעע גארניזאנען האלטן זיך אויף אזעלכע מעכ־ טיקע ײדישע אטריאדן׳ װי אונדזערער און זארינם׳ װאם האט אייִד געצײלט אריבער ססד ײדן׳ אחוץ צענדליקער פוילישע און רוםישע אטריאדן׳ ו װ אומעטום זענען געװעז ײדן׳ װאם האבן אפגעשפילט א גרויסע רא ל אין קאמף קעגן זײנע באנדיטן. צי קען ער זיד דאס פארשטעלן ז אויף דער קינדער־פארשטעלונג פון אונדזער אטריאד (96 קינדער) האב איד׳ ארומנעמענדיק די קינדער׳ געשװוירן׳ אז איד װעל טאן אלץ׳ כדי צו ראטעװען די קינדער• איד װעל זײ אלץ ברענגען איז איד מוז דערלעבן ארויסצופירן די קינדער פון װאלד לעבעדיקע. צום םו ף האב איד גערופֿן אלע צום קאמף. אויפן צומארגנס זענען ז מיר טאקע אװעק אויף נײער ארבעט... *

passage_6a8adcd9e9a2a5cc4c6a2f8f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1976-2901

אין די ערשטע טעג פון מערץ געלונגט אונד ז װידער אראפצולאזן א צוג פון די רעלםן. ע ם װערן אויף ם׳ניי צעשמעטערט פאשיםטן׳ װידער פארניכטע קריגם • מאטעריאלן. מיר פארן צוריק מיט נאך מער פרײד. מען קוקט אױף אונד ז מיט נאך מער דרד־ארץ. מיר װילן אבער נאך נישט אהײמפארן. מיר האבן נאך ביי זיד א שװערן גראנאט פון 60 קילא. פיר ן אים צוריק אין לאגער ארײן האט נישט געפאםט. בעסע ר װאלט געװען׳ ווען מיר לאזן אים איבער א מתנה פאר די היטלערישע באנדיטן. מיר באשליםן דעריבער אויפצורײסן די בריק צװישן נאװאגרודעק און לידע. אונד ז איז געגאנגען נישט בלויז אין דער בריק׳ נאר אויך אין די פאשיםטן. מיר האבן געזוכט זײער לעבן צו פארקירצן... מיר גײען אװעק צו די הײמישע פויערים פון דער געגנט׳ צו פאליאקן׳ און פון די דערװיםן מיר זיד׳ אז הײנט דארפן פון דער גלאז־הוטע ארויםפארן א סד אויטאס׳ װעלכע שטײען שוין געלאח. מיר לײגן שנעל אװעק אונדזער

passage_9398ac4477c121ce294cd6f9