Original scan
Original memorial-book scan 510
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-699

506 סםר לוקאוו מיך האט מען צוזאמען מיט אנדערע אװעקגעפירט אין אנגעפאקטע װאגאנען ביז מעזריטש׳ און םץ דארט צופו םקיץ ראגאזשניצע׳ 7 קילאמעטע ר פו ן מעזריטש. דארט האט מען אונדז אײנלאקירט אין בהמה־שטאלן. די געגנט איז געװען א פעםטונג פון סאלקםדײטשן. אויף צו מארגן האט אן אנגעפרעםענער דײטש געהאלטן פאר אונדז א רעדע׳ אין װעלכער ער האט אונדז דערקלערט, אז 5 יאר האט ער שוין צו טאן מיט ײדישע קאצעטניקעם פון דײטשלאנד. אויב מיר װעלן נישט ארבעטן װי ם׳דארף צו זיץ אדער עמעצער פון אונדז װעט ״פליכטן״ (אנטלויפן)׳ װעלן אלע ביז צום לעצטן׳ אויסגעשאסן װערן• אויפן צװײטן טאג האט די עם־עם באשטימט אלם אונדזער קאמענדאנ ט צוקערמאנעז׳

passage_88a11bba15411af95a3daedd
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 701-1422

א זון פון נתן צוקערמאן דער איתן־מוחר. דער האט אונז תיכף אײנגעטײלט אין צװײ גרופעס. אײנע האט געארבעט פון 6.30 ביז 1 נ.מ. און די צװײטע — פון 1 ביז 7.30 אװנט. מיר האבן געארבעט בײם אויםגראבן א קאנאל אויף צו פאראײניקן דעם בוג מיט דער װױיםל. אט די ארבעט איז שוין געהאט געװארן אדורכגעפירט ביז ביאלע דורך פוילישע קרימינעלע פארברעכער. בײ דער ארבעט זענען מיר געװארן באװאכט דורך פאלקסדײטשן און פון ױנגע עם־עם מיט מאשינגעװער. בײם קלענסטן אפנײג אפילו׳ װי בײם אויםגלײכן די פלײצע׳ איז מען דערשאסן געװארן. פון די לוקאװער זענען אויף אזא אופן דערשאסן געװאח עקיבא קצבס א זון׳ לײבעלע טענצערס א ן אײניקל און ױםף בעקערס א זון׳ פון דער יאטקע־גאס.

passage_b251c564de36b670c66ea280
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1424-2603

די מעדהײט פון די ארבעטער אין דעם לאגער זענען געווען צוגעפארענע פון ארום לוקאו. איך׳מיץ ברודער לײבל מיט זײנע קינדער׳ זענען באשטימט געווארן צו ארבעטן מיטן פוילישן אינזשיניער׳ און דערפאר האבן מיר זיך געפונען נישט אין לאגער׳ נאר אויף דער בוכשטעלע. אונדזער ארבעט איז באשטאנען אין ארויסגעבן יעדן אינדערפרי׳ ר• ארבעטם־מכשירים. מיר האבן געהאט דאם רעכט ארויםצונעמען יעדן טא ג פון דער גרופע׳ װאס איז געקומען צו דער ארבעט׳ 30 ײדן צו אונדזער הילף. אסך מאל׳ װען די גרופע פלעגט קומען צו דער ארבעט׳ האט דער קאמענדאנט צוקערמאן געזאגט צז מיר אין דער שטיל: ״איםר׳ מיר האבן 10 קראנקע״. אדער: ״מיר האבן אין דער גרופע 5 פרומע ײדן׳ שוחטים׳ רבנים׳ אויך דער יאנאװער רב״. װיפל עס איז געווען אין אונדזער מעגלעכקײט׳ האבן מיר זײ פארלײכטערט די ארבעט װײל אין גאנצן זיצן מיט פארלײגטע הענט איז אוממעגלעך געווען, און חוץ דעם האט מען אויף אונדז אויך געהאלטן אן אויג. װינטער 1941 האט מען ליקװידירט דעם לאגער, די דײטשן האבן שוין מםתמא געהאט אייםגעארבעט זײער פלאן צו פארענדיקן מיט די ײדן. נאך דער ליקװידאציע פון דעם לאגער בין איך אװעק אין מיץ הײם זאלעשיע.

passage_6113cba648ec3e36b3e0df04
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2605-2851

אין דער הײם האט מען צוגעגומען די פעלדער בײ די יידן און זײ אפגעגעבן די ליאקן׳ װאס האבן געהאט קענקארטע ם ץ די דײטשן, יעדער גוי אין דארף האט געהאט א רעכט צוצונעמען דורך דעם ארבעטסאמט אײד צוער ארבעט. ץ פוילישע

passage_9498b4da8b2abe5f0a3ef99b