Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 576
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-878

572 סםר לוקאװ סיר װילן דא םארצײכענען עטלעכע ציפערן פון הילף־ארבעט פאר אונדזער הײם־ שםאט לוקאװ. אין יאר 1914 האט די םאסײעטי געשיקט די ערשטע הונדערטער דאלא ר קײן לוקאװ םאר די םרויען, װעמענס מענער זענען געװען אין דער מלחמה. אין יאר 1920 האט די לוקאװער םאםײעטי געשיקט 1000 דאלא ר: אין יאר 1921 — 500 דאלאר. אין די יארן 1922—1926 זענען געשיקט געװארן יערלעך פץ 300 ביז 350 דאלאר. אין יאר 1927, צוזאמען מיט דער לוקאװער לײדים־אםאםיאײשא ן — 500 דאלאר. אין זעלבן יאר עפנט זיך אין לוקאװ א שול, ארגאניזירט פון ״ציש״א״ און אונדזער סאםײעטי שיקט אויף דעם צװעק יערלעך צו 300 דאלאר, ביזן יאר 1933, װען די רעאקציאנערע פוילישע מאכט שליסט די שול. אין יאר 1930 שיקט די םאםײעטי צוזאמען מיט די לײדים װידער 500 דאלא ר אויף צו שאפן א גמילת־חםדים־קאםע. די לוקאװער פרויען אין אונדזער סאסייעטי

passage_57eb3cc055e810b8c3fdfdaa
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 880-1664

תיכף נאד דער מלחמה, װי נאר די לוקאװער םאסײעטי האט אנגעהויבן איר הילפם־ ארבעט, זענע זאײד די לוקאװער פרויען נישט אפגעשטאנען. די האבן צו יענער צײט געגריגדעט די אקאװער לײדיס־םאםײעטי. אין משך פון די יארן, װאם זײ האבן עקזים־ טירט אלם סאםײעטי, האבן די אפגעטאן א װיכטיקע ארבעט. םפעציעל האבן זײ זיך אויםגעצײכנט מיט העלפן ארעמע יתומים און אײנצלנע פאמיליעם אין דער אלטער הײם. זאל דא מיט אנערקענונג פארצײכנט װערן אײניקע נעמען פון די טעטיקםטע פרויען: שײנדל םישביץ, שרה רבקה זילבערשטיץ, ראזע בראון, חנה צוקערמאן. מרם. פעלדשטײן, מרם. לייביש צוקער, זיםל טענענבוים, יוכבד לעװיט, ראזע פישבײן, חוה גלאםמאן, נחמה ראזענבוים ע״ה, מרם. פינקעלםטאן און אנדערע• אונדזער באציונ ג צו נאציאנאלע ײדישע ארגאניזאציעס

passage_aeea7d4bc80d13f99ff4af0f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1666-2583

די לוקאװער סאםײעט איז פאר די לעצטע 7 יאר אנגעשלאםן אין דער פעדעראציע םון די סוילישע ײדן אין אמעריקע און איז אײנע פץ די טעטיקסטע ברענטשעס. אײניקע םץ די לוקאװער זענען אפיםערם אין דער פעדעראציע, װי: דזשײקאב בראון — וױים־ סרעזידענט פון דער פעדעראציע ן מארים לעװיט, לויס ראזענבוים, עלי יאנגשטיץ, דארא לעװיט, משה פישבײן — מיטגלידער פץ אדמיניסטראטױץ קאמיטעט, און אלבערט בראון — א טראסטי, די םאםײעטי איז אויך אנגעשלאםן אין אמעריקאנער ײדישן קאנגרעס און איז טעטיק אין דער באיקאט־באװעגונג קעגן דעם בארבארישן היטלעריזם, אין דעם גרויםן פראטעםט־מארש, װאם דער ײדישער קאנגרעס האט אײנגעארדנט׳ האבן זיך אויך די לוקאװער באטײליקט און צוזאמען מיטן גאנצן נױ־יארקער ײדנטום אויסגע־ דריקט דעם פײערדיקן פראטעםט קעגן היטלעריזם, די לוקאװער זענען אויך אקטױו אין אלע ײדישע געזעלשאפטן, װעלכע קעמפן פאר די גלײכע רעכט פון ײדישן פאלק.

passage_2a53a8671fcb8dc960674334