Original scan
Original memorial-book scan 580
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-718

576 םםר לוקאװ ביז 1910. עטלעכע געמען געדענק איך־ לייבל ראזענבוים ע״ה— פארזיצער! חיים לעדערפארב ע״ה— םינאנםן1 עלי יאנגשטיץ ע״ה— פראטאקאל־שרײבער. אונדזערע לוקאװער מענטשן האבן דעמאלט זיך גענויטיקט אין הילף טאקע דא׳ אין די פאראײניקטע שטאטן. די פארדינםטן פון די ארבעטער זענען דעמאלט געװען זײער קלײנע. אין קאמיטעט זענען דאן געװען יאנקל בראון, זײן ברודער אבי בראון. געװען בײ אונדזא זון פוןא לוקאװער פאמיליע, װאם האט זיך דערצויגן אװ שטודירט אין אמעריקע׳ געװארן אן אדװאקאט. זײן נאמען איז געװען מארים לעװיט ע״ה• אח ער האט פאר אונדז ארויםבאקומען די לעגאליזאציע פונעם פאראײן, אדער װי מען רופט דאם אין ענגלישו טשארטער־קאנםטיטוציע.

passage_042401d1008b2821b72fd507
Passage 2normalized OCR · source chars 720-1654

דער קאמיטעט האט געשאפןא לוקאװער לײ־קאםע אויף צו העלפן די לוקאװער אײנגעװאנדערטע מיט אגפראצענטיקע הלװאות. לאנג האט די קאסע נישט עקזיםטירט. תיכף נאך דער ערשטער װעלט־מלחמר״ װי נאר מיר האבן זיך געקענט איבערשרײבן מיט אונדזערע םאמיליעם אין לוקאװ, האבן מיר זיך דערוװםט װעגן דיער שװערן מצב, און אויך פון אלע אנדערע ײדן אין לוקאװ. קיץ רײכע לוקאװער האבן מיר אין אמעריקע נישט געהאט. מײנםטנם זענען זײ געװען ארבעטער און קלײנע םוחרים. דערפאר האבן מיר אויםגעגעבן די טעטיקײט פון דער לײ־קאםע פאר די לוקאװער אין אמעריקע, אין געמאכט אלע אנשטרענגונגען צו העלפן די נויטבאדערפטיקע אין דער אלטער הײם, מיר האבן אײנגעארדנט טעאטער־בעניפיטן׳ לאטערים, קארטן־שפילן׳ און די אײנ־ קונפטן זענען געגאנגען אויף הילף פאר לוקאװ. אין משך פונעם יאר האבן מיר אזוי ארום אנגעזאמלט עטלעפע הונדערט דאלאר, און דאם אװעקגעשיקט פארא ױם־טוב׳ םפעציעל פאר פםח.—

passage_dfac032619fa9aff1ea9e03b
Passage 3normalized OCR · source chars 1656-2977

אזוי האבן מיר זיך געפירט ביז 30—1929, װען אין אמעריקע האט זיך אנגעהויבן דער גרויםער קריזים. די בענק האבן באנקראטירטז אלע אפשפארונגען זעגען פארלוירן געגאנגען. אויך דאם ביםל געלט, װאם מיר האבן געהאט אין באנק, איז פארפאלן געװארן. ערשט אין יאר1933 האט מען אנגעהויבן קומעןא ביםל צו זיך. מען דארף אבער אונטער־ שטרײכן, אז אפילו אין די 3—4 שװערע קרתים־יארן, זענען געװען גוטע׳ הארציקע לוקאװער מענטשן׳ װאם האבן נישט גערוט, ארומגעגאנגען זומער און װינטער׳ געקלאפט אין די טירן, און זײ זענען נישט אװעק מיטן לײדיקן, דאם זענען געווען: הערשל צוקער־ מאן ע״ה (געװען בײ אוגדזא קראנקן־װעכטער אין משך פון לאנגע יארן)ז זיץ ברודער משה צוקערמאן ע״ה (פארזיצער פון לוקאװער פאראימ1938—1944)ז לײבל מארמאן איז געװען דער םאראנטװארטלעכער פאר די פינאנםן (טרעזשורער) ביזן םוף פון זיץ לעבןז מאריס לעװיט ע״ה (פאחיצער 50—1944) און עלי יאנגשטײן ע״ה, דער פירער זינט דער גרינדונג פץ פאראיץ. אין יאר1933 האבן מיר געליטןא פארלוסט. אונטערן אײנפלוס פון די געשעענישן אין אײראפע, םפעציעל אין רוםלאנד, האט זיך אין די פאראײגיקטע שטאטן געשאפן דער ״אינטערנאציאנאלער ארבעטער־ארדן״, װאס האט זיך באמיט צו באקומען מיטגלידער פץ פארשידענע לאנדםמאגשאפטן, צו שפאלטן די ברענטשעם פץ םאציאליםטישן ארבע־

passage_65aa668217b88c2cb915cd8f