578 םפר יוקןן װ טער־רינג, די אימיגראנטן, װאס זענען געקומען נאד דער ערשטער װעלט־מלחמה און געװען נישט אײנגעארדנט, זענען אװעק צום ״אינטערנאציאאנלן ארח״. און אזוי ארום האבן מיר אייר פארלוירן א היפש ביסל פײנע לוקאװער, מיטגלידער פון אונדזער פאראיץ. איך געדענק נישט װיפל עם זענען פון אונדז אװעק, און אויך נישט אלע נעמען. איך װעל זיך באמיען צו דערמאנען עטליכע פון זיי: פ. קאצמאן׳ פ. פינטער׳ ב. רובינ־ שנײדער׳ םאקאל, פ. גאלדבאנד, נ. םטראום, נ. נאטערמאן א״א. דער לוקאװער פאראיץ האט װייטער געפירט די הילפס־ארבעט לטובת די לוקאװער ײדן. מיר האבן באשלאסן צו רופן אויך די לוקאװער, װאס האבן אונדז פאר־ לאזט צוליב פאליטישע טעמים. און זיי זענען געקומען. פארן ענין פון העלפן אונדזערע לאנדסלײט זענען זיי געװען מיטן גאנצן הארץ און געהאלפן מיט אלע זייערע קרעפטן. דערפאר איז באשלאסן געװארן צו שאפן א פאראײניקטן לוקאװער רעליף־קאמיטעט, װאס האט צוזאמען געזאמלט געלד לטובת אונדזערע לאנדסלײט.
װען היטלער ימ״ש האט אנגעצונדן דעם װעלט־פײער אין 1939, איז אונדזער פאר־ בינדונג מיט אײראפע, באזונדערס מיט פוילן, געװארן איבערגעריסן. מיר, די אמערי־ קאנער ײדן, האבן זיך נישט געקענט פארשטעלן, אז היטלער פלאנט אומצוברענגען דאס גאנצע אײראפעישע ײדנטום. די ידיעות זענען געװען קנאפ און צענזורירטע. מיר האבן געהערט, אז די דײטשן בושעװען אין פוילן, אז זיי פײניקן די באפעלקערונג, םפעציעל די ײדן, אז די ארעמטירן און שיקן אויף צװאנגס־ארבעט קײץ דײטשלאנד — דאס אלץ. װען די אנגעזעענסטע ײדישע פערזענלעכקײטן אין די פאר. שטאטן האבן זיך געווענדט צו פרעזידענט רוזװעלט, אז ער זאל עפעס טאן קעגן די דײטשע פארפאלגונגען אויף ײדן, איז געקומען א ן ענטפער: דערפאר איז אמעריקע ארײן אין קריג, כדי צו פארניכטן דעם היטלעריזם. מיט װייטיק אין די הערצער איז אונדז געבליבן צו װארטן אויף היטלערס מפלה. דערוױיל האבן גרויסע ײדישע ארגאניזאציעס, װי ״פאראײניקטער ײדישער קאמפײן״
און ״דזשאינט״, געשאפן מיליאנען דאלארן, כדי צו זײן גרײט, אז װען די גוטע שעה װעט קומען אץ היטלער װעט פגרן, זאל זײן מיט װאס צו ראטעװען דעם שארית הפליטה פון די אײראפעןשע ײדן. אזוי האבן אויך געטאן די קלענערע ארגאניזאציעס — יעדע פאר־ זיץ 0ןנד און פאר זיץ שטאט. אלע לאנדסמאנשאפטס האבן אונטערגענומען זאמל־ אקציעס. אויך אונזער לוקאװער רעליף האט אנגעהויבן זאמלע ן געלט צװישן די לוקא־ װער. יעדער אײנער האט געגעבן לויט זײנע מעגלעכקײטן. יאנקל בראון, דער אײנציקער רײכער לוקאװער, האט געגעבן און גיט ביז איצט גרעסערע סומעס געלט. די היטלעריסטן האבן אײגענומען א מפלה. די מלחמה איז געװען געענדיקט. און ערשט דעמאלט האבן מיר זיך דערװוסט אונדזער גרויםע בראך — דער אומקום פון 6 מיליאן ײדן. א גרויסער טרויער איז געפאלן אויפן אמעריקאנער ײדנטום. יעדער איפער האט גענומען זוכן אין די לאגערן א שריד ופאט, א געראטעװעטן פץ דער משפחה. אויך מיר לוקאװער האבן אנגעהויבן זוכן נאענטע אין די לאגערן. און װי נאר מ־ר האבן זיך דעחװסט פץ לוקאװער אין ח לאגערן, האבן מיר די גלײך גענומען שיקן פון