Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 584
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1273

םסר לוקאװ די בעםטע אנגעזאמלטע זאכן. די קאמיטעטן האבן געארבעט טאג און נאכט בײם זאמלען די קלײדער׳ בײם פאקן און שיקן זײ. און אין יאר1948 װען עם איז געבוירן געװארן מדינת ישראל, איז אונדזער גרויםער צערא ביםל געלינדערט געװארן. יענעם םרײטיק, װען פרעזידענט טרומען האט אנער־ קענט מדינת ישראל, האבן אמעריקאנער ײה געטאנצט אין די גאםן. צו יענער צײט האבן די פאראײניקטע שטאטן אנגעהויבן ברענגען ײדן פון די לאגערן. געקומען קיץ אמעריקע זענען מערםטנם אזעלכע, װאם האבן געהאט משפחה אין אמעריקע. די מערהײט פון די געראטעװעטע האבן געװאלט פארן אין נײעם ײדישן לאנד ישראל. אבער דאם לאנד איז נישט געװען בכוח אויפצונעמען אזא גרויםן שטראם פון עליה. דאן האט דער םאראײניקטער יידישער קאמפיץ אונטערגענומעןא גרויםע אקציע צו בויען הײזער פאר די עולים אין מדינת ישראל. דער ״דזשאינט״ האט זיך געװענדט צו די לאנדםמאנשאפטן, אז יעדע פון זײ, װאם װעט בויען הײזער אין ישראל, װעט באקו־ מען דערויף פון ״דזשאינט״25 פראצענט. טויזנטער לאנדםלײט האבן אזוי געטאן, און מיר, לוקאװער, צװישן זײ. אונדזער קאמיטעט׳ מיט אדװ. מארים לעװיט ע״ה בראש, איז אװעק צום ״דזשאינט״ און אײנגעצאלט2400 דאלאר, כדי מיט דער הילף פון ״דזשאינט״ אויפצושטעלן2 הײזלעך אין ישראל.

passage_8c5e92d7b575da1ce70d0cd2
Passage 2normalized OCR · source chars 1275-2364

די נײ־אײנגעװאנדערטע פון דער לוקאװער שארית הפליטה זענען דורך אונדז געװארן אויפגענומען מיט הארציקײט און פרײד. נישט אלע האבן זײ זיך באזעצט אין נױ־יארק;א םך פון זײ װוינען אין טשיקאגא, אין קאליפארניע, אין טעקםאם* אבער מיר זענען מיט די אלע אין פארבינדונג. װי נאר מיר האבן זיך דערוװםט װעגן דער לוקאװער שארית הפליטה אין ישראל, האבן מיר באלד אײנגעשטעלט מיט זײא שריפטלעכע פארבינדונג און אנגעהויבן שיקן פעקלעך שפײז אץ מלבושים. איןא צײט ארום האט דארט, אין ישראל, זיך געשאפןא לוקאװער קאמיטעט׳ און צוזאמען מיטן פאראײניקטן לוקאװער רעליף־קאמיטעט אין די פאראײניקטע שטאטן האט מען געשאפןא לײ־קאםע פאר די לוקאװער ארבעטנדיקע אין ישראל, אזײ זײ זאלן קאנען באקומען הלװאות אן פראצענט. פאר די עלטערע און קראנקע לוקאװער שיקן מיר הילף, םפעציעל אויף פםח. צו אונדזער פרײד הערן מיר, אז אין ישראל זענען שוין פאראן גאנץ פארמעגלעכע לוקאװער, װאם פארנעמען זיך מיט די אלטע אץ קהאנקע לאנדםלײטא גאנץ יאר• אץ איצט װעל איך זיך אומקערן צו מיץ טעטיקײט אין דער לוקאװער םאםײעטי,

passage_df7e1de539bcf13a50ad20a8
Passage 3normalized OCR · source chars 2366-2896

אין1950 האבן איך איבערגענומען די פארזיצערשאפט פץ פאראיץ. אונדזער בא־ ליבטער פארזיצער מארים לעװיט ע״ה איז ערנםט קראנק געװארן, איך האב מיץ גאנצע ענערגיע געװידמעט דעם לוקאווער פאראיץ בײ דער שטארקער מיטהילף פון די יונגע לוקאװער פון דער שארית הפליטד״ װאס זענען געװארן מיטגלידער אין אונדזער סאםײעטי אין די יארן 52—1950. באזונדערם איז פאר מיר געװעןא גליק צו באקענען דעם אמאליקן לוקאװער געזעלשאפטלעכן טוער מאטל פעלדמאן. מיט דץ לאנגיאריקער דערסארונג האט ערא םך געהאלפן.

passage_30f06aefcf8452d9a7fad656