Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 584
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1273

םסר לוקא װ די בעסטע אנגעזאמלטע זאכן. די קאמיטעטן האבן געארבעט טאג און נאכט ביים זאמלע ן די קלײדער׳ בײם פאקן און שיקן זיי. און אין יאר 1948 װען עס איז געבוירן געװארן מדינת ישראל, איז אונדזער גרויסער צער א ביסל געלינדערט געװארן. יענעם םרײטיק, װען פרעזידענט טרומען האט אנער־ קענט מדינת ישראל, האבן אמעריקאנער ײה געטאנצט אין די גאסן. צו יענער צײט האבן די פאראײניקטע שטאטן אנגעהויבן ברענגען ײדן פון די לאגערן. געקומען קיץ אמעריקע זענען מערםטנ ם אזעלכע, װאם האבן געהאט משפחה אין אמעריקע. די מערהײט פון די געראטעװעטע האבן געװאלט פארן אין נײעם ײדישן לאנד ישראל. אבער דאם לאנד איז נישט געװען בכוח אויפצונעמען אזא גרויסן שטראם פון עליה. דאן האט דער םאראײניקטער יידישער קאמפי ץ אונטערגענומען א גרויסע אקציע צו בויען הײזער פאר די עולים אין מדינת ישראל. דער ״דזשאינט״ האט זיך געװענדט צו די לאנדםמאנשאפטן, אז יעדע פון זײ, װאם װעט בויען הײזער אין ישראל, װעט באקו־ מען דערויף פון ״דזשאינט״ 25 פראצענט. טויזנטער לאנדםלײט האבן אזוי געטאן, און מיר, לוקאװער, צװישן זײ. אונדזער קאמיטעט, מיט אדװ. מארים לעװיט ע״ה בראש, איז אװעק צום ״דזשאינט״ און איינגעצאלט 2400 דאלאר, כדי מיט דער הילף פון ״דזשאינט״ אויפצושטעלן 2 הײזלעך אין ישראל.

passage_8c5e92d7b575da1ce70d0cd2
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1275-2364

די נײ־אײנגעװאנדערטע פון דער לוקאװער שארית הפליטה זענען דורכ אונד ז געװארן אויפגענומען מיט הארציקײט און פרײד. נישט אל ע האב ן זײ זיך באזעצט אין נױ־יארק; א םך פון זײ װוינען אין טשיקאגא, אין קאליפארניע, אין טעקםא ם* אבער מיר זענע ן מיט די אל ע אין פארבינדונג. װי נאר מיר האב ן זיך דערוװםט װעגן דער לוקאװער שארית הפליטה אין ישראל, האבן מיר באלד אײנגעשטעלט מיט זײ א שריפטלעכע פארבינדונג און אנגעהויבן שיקן פעקלעך שפײז א ץ מלבושים. אין א צײט ארום האט דארט, אין ישראל, זיך געשאפן א לוקאװער קאמיטעט׳ און צוזאמען מיטן פאראײניקטן לוקאװער רעליף־קאמיטעט אין די פאראײניקטע שטאטן האט מען געשאפן א לײ־קאםע פאר די לוקאװער ארבעטנדיקע אין ישראל, אז זײ זאלן קענען באקומען הלװאות אן פראצענט. פאר די עלטערע און קראנקע לוקאװער שיקן מיר הילף, םפעציעל אויפ פםח. צו אונדזער פרײד הערן מיר, אז אין ישראל זענען שוין פאראן גאנץ פארמעגלעכע לוקאװער, װאם פארנעמען זיך מיט די אלטע א ץ קהאנקע לאנדםלײט א גאנץ יאר• אץ איצט װעל איך זיך אומקער ן צו מיץ טעטיקײט אין דער לוקאװער םאםײעטי,

passage_df7e1de539bcf13a50ad20a8
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2366-2896

אין 1950 האב איך איבערגענומען די פארזיצערשאפט פון פאראיץ. אונדזער באליבטער פארזיצער מארים לעװיט ע״ה איז ערנםט קראנק געװארן, איך האב מיט גאנצע ענערגיע געװידמעט דעם לוקאװער פאראיץ ביי דער שטארקער מיטהילף פון די יונגע לוקאװער פון דער שארית הפליטד״ װאס זענען געװארן מיטגלידער אין אונדזער סאםײעטי אין די יארן 52—1950. באזונדערם איז פאר מיר געװען א גליק צו באקענען דעם אמאליקן לוקאװער געזעלשאפטלעכן טוער מאטל פעלדמאן. מיט דץ לאנגיאריקער דערסארונג האט ער א םך געהאלפן.

passage_30f06aefcf8452d9a7fad656