586 םםר לוקא װ אייער בריװ, אין װעלכן איר שרייבט אונדז װעגן דער ארויםגעשיקטער היל^ הא ט אונדז פשוט דערמוטיקט, װײַל מיר זענען װירקלעך געװען טײלמאָל אנמעכטיק קעגן דער שטאטישער נויט, װאם פארגרעסערט זיך כסדר, און די מיטלען, מיט װעלכע מיר פאנאנירן, זענען נישט אין שטאנד אלעמען צו כאפרידיקן • א דאנק אייער ארויםגעשיק־ טער הילף, װעלן מיר װײטער קענען אנגײן מיט אונדזער הײליקער ארבעט, װעלכע גיט גלענצנדיקע רעזולטאטן, װײַל אן ארעמער האנטװערקער אדער קרעמער, נעמענדיק אן אנפראצעגטיקע הלואה, קען דערהאלטן זיץ פאזיציע • ליבע חברים! װען איר זעט מיט װאסער פרײד און פינקטלעכקײט די ארעמע קרעמער און האנטװערקער ברענגען אין קאסע זײערע צוריקצאלונגען, בכדי צו קענען דערמעגלעכן דער קאסע איר נארמאלע ארבעט, װאלט איר שטאלץ געװען, װאם א דאנק אײך און נאר אײך איז אזא געזעלשאפט געגרינדעט געװארן . נישט קוקנדיק, װאם מיר גיבן ארויס אין צװײטן מאנאט אן אויסגאבע, װאם װעט אנטר.אלטן א געגויעם באריכט פון אונדזער טעטיקײט און פון אונדזערע פינאנצן, שיקן מיר אײך א קורצן באריכט: ביז דעם 1טן יאנואר 1939 באזיצן מיר א קאפיטאל פון 14.631.23 . דערפון אײגן קאפיטאל — 6.428.33, שולדיק דעם ״דזשאינט״ — 7.986.00, אפגעצאלט דעם ״דזשאינט״ — 450 זל . אין דער צײט פון אונדזער טעטיקײט האבן מיר ארויסגעגעבן 1267 הלואות אויף דער םומע םון 62.920 זל .
אונדזערע אויסגאבן זענען 80 זל. מאנאטלעד. זיי ווערן אבער נישט גענומען פונעם גרונט־קאפיטאל, נאר פץ שטאטישע געשאנקען. די קאסע צײלט סס 5 מיטגלידער. עם פרײט אונז זײער, װאס איר זאמלט הילף פאר א מצה־אקציע איר וועט פשוט די געפאלענע ײדן געבן א מעגלעכקײט צו עסן א שטיקל טרוקענע מצה און נישט דארפן ױט הונגערן. פאריקן יאר האבן מיר דורכגעפירט די מצה־אקציע אביעקטױו, ערלעד אץ געװיסנד״אפט. נאר לײדער איז די צאל נויטבאדערפטיקע הײנטיקן יאר פיל גרעסער. מיר גלײבן, אז איר װעט אלץ טאן, בכדי צו לינדערן די נויט פון די הונגעריקע. מיר האבן מיט אײניקע טעג צוריק ארויסגעשיקט א בי־יװ, נאר אין צוזאמענהאנג מיט אײער ברױו, שיקן מיר אײד נאך א ברױו, און מיר גלײבן, אז אונדזערע באצױנגעו װעלן זיך פארבעםערן און מיר װעלן צוריק אנבינדן דעם קאנטאק און פארזעצן אונדזער הײליקע ארבעט. מיר דערװארטן ענטפער. מיט דרד־ארץ — רעװידיר־קאמיסיע: בן־צױן סקורקי יעקב זאסארסקי פײװל פרײליך פארװאלסונג: סטח אלי גסװערצסאן ירחמיאל לאנדסבערג לײזער װילנסקי שמואל חײס נײמאן אבראס סעגאל נח האכסאן חײס דוד לאך י. פריזער פארזיצער — יעקב ליכסענשם־ין װ. פארזימר — אלי פעלצמאן קאסיר — מ. פעדדמאן סזנקרעסאר — שמען שײנבערג