Original scan
Original memorial-book scan 596
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1180

ישראל גאלדגעװיכט שוין צו16 יאר טרעפן מיר אים ביי רעוואלוציאנערער טעטיקייט אין שעדלעץ• דאס איז געװען אין ברויזנדיקן יאר 1905. װען ער קומט צוריק קײן לוקאמ, אין יאר1909 װערט ער צוגענומען אין צארישן מיליטער. ער דינט אפ דרײ יאר אין ט.'לע און אין ריאזאן. װען ער איז אהײמגעקומען פון מיליטער האטא דאראזשקע אים צוגעפירט צו זײן פאטערם הויז מיטא באגאזש, װאם איז באשטאנען פוןא גרויםן קאםטן. שכנים זענען זיך צונויפגעלאפן זען די אוצרות, װאם ישראל האט געבראכט פמ ״טיף ראםײ״. באלד האט זיך ארויםגעװיזן, אז דער קאםטן איז פול מיט לערן־ביכער און רוםישער ליטעראטור! פושקין, טאלסטאי, גאגאל א״א. עם האט זיך ארויםגעװיזן, אז אין מיליטער האט ער געארבעט בײ זײן פאך אין װארשטאט. צוליב דעם האט ער זיך געפילט פרײער און געהאט מעגלעכקײטן אנצוזאמלען זיך די ביבליאטעק. םפעציעל האט ער פארערט לעװ טאלםטאיען, װעמען ער האט געד״אלטן פאר זימ לערער• זימ פאטער בירך׳ אן ערלעכער באלמעלאכע אוןא פרומער ײד האט געקרעכצט, אז דין זון האט אים אנגעבראכט אין שטוב טריף־פםולם. דאם האט אים נאך מער וױי געטאן דערפאר, װײל ער האט זײן געראטענעם זון שטארק ליב געד,אט.

passage_0b1429a346eb5b3e536fd549
Passage 2normalized OCR · source chars 1182-2286

ער דינגט זיךא געװעלבל לעבן בענדערמאנם אפטײק־םקלאד און ער פארנעמט זיך דארט מיט זימ פראפעםיע. ער איז געװען אן אויםגעצײכנטער פאכמאן און האט געהאט א םך ארבעט. אין1912 האט ער חתונה מיט טויבע בערקנװאלד פון מעזריטש און אין 1914 געבוירט זי אים דעם אײנציקן זון. װען דער זון׳ אברהם, איז אלט ערשט3 חדשים׳ ברעכט אוים די ערשטע װעלט־ מלחמה און ישראל װערט מאביליזירט אין דער ארמײ און גלײך אװעקגעשיקט אויפן פראנט אין די קארפאטן, און שפעטער— בײ דער װײםל. נישט װעלנדיק שלאגן זיך פארן פארד,אסטן צאריזם, גיט ער זיך איבער אין געפאנגענשאפט צוזאמען מיטא גאנצער גרופע רוםן. גאר אין גיכן האט ער באקומען זימ אנטוישונג. די דײטשן האבן ארויםגעװיזן זײער ברוטאליטעט. ער לײדט הונגער און נויט אין די דײטשע געפאנגען־לאגערן. אבער נאךא געוױםער צײט איז אים אויך דארט געלונגען איבערצוגימ צו ױמ פאך, און פון געפאנגענשאפט פלעגט ער צושיקן ױמ אפגעשפארטע גראשנם פאר ױין פרוי און קינד און פאר ױמ קראנקן ברודער לײזער. אין אנהײב 1918, בעת דער רוםישער רעװאלוציע, האבן די דײטשן אנגעהויבן ארױם־

passage_804b7c11cbda27100cc3f93e
Passage 3normalized OCR · source chars 2288-2777

שיקן קראנקע געפאנגענע. ישראלן געלינגט ארויסצופארן צוזאמען מיט די קראנקע׳ אבער אנשטאט קימ לוקאװ, פארט ער קימ מאסקװע, וװ ער װיל מיט די אײגענע אויגן זען דעם אומקום פונעם צאריזם. צוריקפארנדיק אהײם דורך אוקראינע פאלט ער ארײן אין די הענט פון די פעטלוראװצעם. ער װערט בארויבט און קוים מיט ניםים ראטעװעט ער ױמ לעבן. םוף1918 קומט ער צוריק קימ לוקאװ. ער דינגטא דירה אויפן שעדלעצער װעג, און דארט ארדנט ער אויך אימ זימ װארשטאט. 592

passage_a8a34aa611a4f52f40efd8e9