ישראל גאלדגעװיכ ט שוין צו 16 יאר טרעפן מיר אים ביי רעוואלוציאנערע טעטיקייט אין שעדלעץ • דאס איז געװען אין ברויזנדיקן יאר 1905 . װען ער קומט צוריק קײן לוקאם, אין יאר 1909 װערט ער צוגענומען אין צארישן מיליטער . ער דינט אפ דרײ יאר אין ט.'ל ע און אין ריאזאן. װען ער איז אהײמגעקומען פון מיליטער האט א דאראזשקע אים צוגעפירט צו זײן פאטערס הויז מיט א באגאזש, װאם איז באשטאנען פון א גרויסן קאםטן . שכנים זענען זיך צונויפגעלאפן זען די אוצרות, װאם ישראל האט געבראכט פמ״טי ף ראםײ״ . באלד האט זיך ארויסגעװיזן, אז דער קאםטן איז פול מיט לערן־ביכער און רוסישער ליטעראטור! פושקין, טאלסטאי, גאגאל א״א . עם האט זיך ארויסגעװיזן, אז אין מיליטער האט ער געארבעט ביי זײן פאך אין װארשטאט. צוליב דעם האט ער זיך געפילט פרײער און געהאט מעגלעכקײטן אנצוזאמלע ן זיך די ביבליאטעק . םפעציעל האט ער פארערט לעװ טאלםטאיען, װעמען ער האט געד״אלטן פאר זים לערער • זים פאטער בירך׳ אן ערלעכער באלמעלאכע און א פרומער ײד האט געקרעכצט, אז דין זון האט אים אנגעבראכט אין שטוב טריף־פםולם . דאם האט אים נאך מער װוי געטאן דערפאר, װײל ער האט זײן געראטענעם זון שטארק ליב געד,אט .
ערדינגט זיך א געװעלבל לעבן בענדערמאנס אפטײק־סקלאד און ער פארנעמט זיך דארט מיט זײן פראפעסיע. ער איז געװען אן אויסגעצײכנטער פאכמאן און האט געהאט אסך ארבעט. אין 1912 האט ער חתונה מיט טויבע בערקנװאלד פון מעזריטש און אין 1914 געבוירן זי אים דעם אײנציקן זון. װען דער זון, אברהם, איז אלט ערשט 3 חדשים, ברעכט אויס די ערשטע װעלט־ מלחמה און ישראל װערט מאביליזירט אין דער ארמײ און גלײך אװעקגעשיקט אויפן פראנט אין די קארפאטן, און שפעטע ר—בײ דער װײםל. נישט װעלנדיק שלאגן זיך פארן פארד,אסטן צאריזם, גיט ער זיך איבער אין געפאנגענשאפט צוזאמען מיט א גאנצער גרופע רוםן. גאר אין גיכן האט ער באקומען זײן אנטוישונג. די דײטשן האבן ארויסגעװיזן זײער ברוטאליטעט. ער לײדט הונגער און נויט אין די דײטשע געפאנגען־לאגערן. אבער נאך א געװיסער צײט איז אים אויך דארט געלונגען איבערצוגײן צו אײן פאך, און פון געפאנגענשאפט פלעגט ער צושיקן זײן אפגעשפארטע גראשן פאר זײן פרוי און קינד און פאר זײן קראנקן ברודער לײזער. אין אנהײב 1918, בעת דער רוםישער רעװאלוציע, האבן די דײטשן אנגעהויבן ארוים־
שיקן קראנק געפאנגענע. ישראל געלינגט ארויסצופארן צוזאמען מיט די קראנקע, אבער אנשטאט קימלוקאװ, פארט ער קיממאסקװע, װוער װיל מיט די אײגענע אויגן זען דעם אומקום פונעם צאריזם. צוריקפארנדיק אהײם דורך אוקראינע פאלט ער ארײן אין די הענט פון די פעטלוראװצעם. ער ווערט בארויבט און קוים מיט ניסים ראטעװעט ער ױם לעבן. סוף 1918 קומט ער צוריק קימלוקאװ. ער דינגט א דירה אויפן שעדלעצער װעג, און דארט ארדנט ער אויך אים זים װארשטאט. 592