594 ספר לוקאוו דער זון דערקלערט: —״פאטער, דו האסט מיר געוויזן דעם איינציקן ריכטיקן רעוואלוציאנערן װעג. איצט זעסטו די רעזולטאטן: די רעװאלוציאנערע אינטערעסן שטײען העכער פון די פאמיליארע״. דער פאטער באשליסט דאַן צו פארן צוזאמען מיט זײן זון קעמפן קעגן פאשיזם. אכראשע אינטערװענירט אין די געהעריקע קרײזן, אז מען זאל נישט באשטעטיקן זײן פאטער אלס קאנדידאט אין דער אינטערנאציאנאלער בריגאדע, װײַל ער איז שוין אלט און ער האט א שוואך הארץ. א. גאלדגעװיבט דער פאטער האט נישט געװוסט, אז דער אפזאג צו מאביליזירן אים אין דער אינטערנאציאנאלער בריגאדע האט א שײכות צו דער ״מסירה״ פון דעם אײגענעם זון. אין דעצעמבער 1936 קומט פאר די געזעגענונג מיטן זון. דער פאטער דריקט אויסן זײן באדויער, װאם ער קען נישט פארן קעמפן אין שפאניע. ער זאגט אן דעם זון, אז ער קען זיך אנטרעפן אויף גרויסע שװעריקײטן און אויף אנטוישונגען אויך אין די אײגענע רײען, אבער א רעװאלוציאנער מוז שטײן העכער פון אלע קלײנלעכקייטן און געדענקען דעם עיקר, דעם ציל. עטלעכע טעג נאךן אויסברוך פון דער מלחמה האט ישראל גאלדגעװיכסט באקומען
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1108
passage_c684d8596cf7adf65054e883