Original scan
Original memorial-book scan 600
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1309

נחום גאלדזא ק געבוירן אין יאר 1912 ביי ארעמע הארעפאשנע עלטערן. זיץ פאטער איז געװען א שוםטער. ער איז געװען אן אײנציקער זון. נחום האט געלערנט אין חדר < דערנאך אין דער ״פאװשעכנער • שול. שפעטער לערנט ער זיך דאם שטעפער־פאך. אלס יוגנטלעכער ארבעט ער ביי שלמה רובינשטײן. אין יענער צייט איז אין ״בונד״ אנגעגאנגען די דיםקוםיע צװישן די ׳״איינםער״ און *צװײער״. שלמה רובינשטײן האט געהערט צו די ״צוױיער״. אונטער דער השפעה פון די כםדרדיקע דיםקוםיעם אין װארשטאט איז נחום געווארן קאמוניםטיש געשטימט. נחום ווערט אן אקטיװער טועער אין דער קאמ. יוגנט און אין דער פראפ. באװעגונג. נחום האט חתונה געהאט מיט שרה גרינבוים. װען די רויטע ארמײ איז אין יאר 1939 צײטװײליק ארײן קײן לוקאװ, איז נחום צװישן די אקטױוםטן אין די רעװאלוציאנערער קרײזן. ער פארלאזט לוקאװ צוזאמען מיט דער רויטער ארמײ און צוזאמען מיט זײן פאמיליע באזעצט ער זיך אין מינםק, װו ער ארבעט אין א גרויסער שוך־פאבריק. שפעטער, װען די היטלעריסטן פארכאפן מינםק, ווערט נחום טעטיק אין דער אונטערערדישער באװעגונג. מיט זײן הילף ווערט אין מינםקער געטא אויסבאהאלטן דער טועער םו פון דער מינםקער אונטערערדישער אנטיפאשיםטישער באװעגונג און פארטיזאנישער קעמםער הערש סמאליאר (הײנט א באקאנטע געזעלשאפטלעכע פערזענ ־ לעכקייט אין פוילן).

passage_78c4aaca221e5d088e16b717
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1311-1936

נאכן צוריקקומען קיין פוילן ווערט נחום גאלדזאק עטליכע מאל אויסגעצייכנט דויד דער פוילישער רעגירונג. ווען עס קומט פאר די באפרײונגם־מלחמה אין 1948 אין ישראל, איז נחום איינער פון די ערשטע, וואס מאביליזירן זיך אין דער ,/הגנה״ אמערטםארט אפ קיין ישראל. שפעטער באזעצט ער זיך אין קאלאמביע. אין יאר 1955 איז אנגעקומען די ידיעה וועגן זיץ פלוצלונגן טויט . שמואל הוכןןרמאן די צװי ברידער הייבלום אין לוקאװ זענען געווען צוױי ברידער הײבלום. דער עלטערער האט געהײסן איטשע, דער ײנגערע ר — חײם מאיר . דער עלטערער ברודער איז געווען גוט אײנגעארדנט. ער האט געהאט א םימפא־ 596

passage_66363bf8512042bb1d882222