Original scan
Original memorial-book scan 607
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1390

שרה בורשטײן־זובראװיטש איןא פראםטיקן נאװעמבער־טאג פון יאר1941 בין איך אנגעקומען קײן סיקטיװקאר, די הויפטשטאט פון קאמי א.ם.ם.ר., און דארט האב איך צופעליק באקומען די משפחה בורשטײנס אדרעם. איך האב געהאטא האפענונג צו דערװיסן זיך בײ זײ עפעם װעגן מיק משפחה. שרה האט מיך גלײך דערקענט און זיך שטארק צעוױינט. נאכן דערצײלן זיך װעגן די פארשידענע איבערלעבענישן האב איך זי געבעטן, אז זי זאל מיך צוםירן צו מײן ברודער. זי האט מיר דערצײלט, אז ער געפינט זיך דא. אבער שרה האט זיך אנגערופן צו מיר־ ״אין אזא צושטאנד װעסטו פון מיר נישט אװעקגײן. קודם כל װאש זיך ארום, עס עפעם אפ און רו זיך אויםא ביסל נאך דער שװערער רײזע. דערנאך װעל איך גײן מיט דיר״. אין יענע טעג איז נישט לײכט געװען זיך צו טײלן מיטן ביםן אפילו מיטא נאענטן מענטשן. איך האב געוװםט, אז זי באעװלט זיך און איר משפחה. אבער מײנע פראטעסטן האבן נישט געהאלפן. געבליבן איז װי שרה האט באשטימט. און זינט דעמאלט האט זיך אנגעהויבן אונדזער פרײנדשאפט. ױדל בורשטײן און מאטל פעלדמאן האבן געארבעט אין טעאטער אוןא דאנק זײ האב איך אויך דארט אנגעהויבן ארבעטן. שפעטער האבן מיר זיך ארײנגעקליבן אין זעלבן הויז וװ זײ האבן געװוינט און איך האב געהאט די מעגלעכקײט צו זען װיםל גוטם זי האט געטאן פאר מענטשן, זי האט אלעמען געהאלפן, טראץ איר שװער לעבן און שווערער ארבעט.

passage_759595050c43297cf9c131a0
Passage 2normalized OCR · source chars 1392-1974

אין יאר1944 האט מען אונדז איבערגעשיקט אויף אוקראינע קײן כערסאן. מיר זענען אהיעעפארן צוזאמען אין די עשאלאנען און װאס מער מיר זענען געװען אין אײנעם, אלץ שטארקער האט זיך אנטוױקלט אונדזער פרײנדשאפט. אין יאר 1946, װען מיר האבן זיך אומגעקערט אין באפרײטן פוילן, האט זיך אנטפלעקט פאר אונדז דאם אומגליק. איך פלעג זיך אפט טרעפן מיט איר און געוױסט מיט װאס פארא אויםדויער זי טראגט די לאםט פון איר לעבן. מיט װיפל מםירת נפש פלעגט זי זיך מטפל זײן מיט איר אומגליקלעכן מאטעלע. תמיד האט זי גערעדט װעגן זיין קלוגשאפט.

passage_b4baa9e83f223f7853f0d5b0