Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 607
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1390

שרה בורשטײן־זובראװיטש אין א פראָסטיק ןאָװעמבער־טאָג פון יאר 1941 בין איך אנגעקומען קיין סיקטיװקאר, די הויפטשטאט פון קאמ י א.ם.ם.ר., און דארט האב איך צופעליק באקומען די משפחה בורשטײנס אדרעס. איך האב געהאט א האפענונג צו דערװיסן זיך בײ זיי עפעס װעגן מיק משפחה. שרה האט מיך גלײך דערקענט און זיך שטארק צעװיינט. נאכן דערצײלן זיך װעגן די פארשידענע איבערלעבענישן האב איך זי געבעטן, אז זי זאל מיך צוזירן צו מײן ברודער. זי האט מיר דערצײלט, אז ער געפינט זיך דא. אבער שרה האט זיך אנגערופן צו מיר ־ ״אין אזא צושטאנד װעסטו פון מיר נישט אװעקגײן. קודם כל װאש זיך ארום, עס עפעס אפ און רוה זיך אויס א ביסל נאך דער שװערער רײזע. דערנאך װעל איך גײן מיט דיר״. אין יענע טעג איז נישט לײכט געװען זיך צו טײלן מיטן ביםן אפילו מיט א נאענטן מענטשן. איך האב געװוסט, אז זי באעװלט זיך און איר משפחה. אבער מײנע פראטעסטן האבן נישט געהאלפן. געבליבן איז װי שרה האט באשטימט. און זינט דעמאלט האט זיך אנגעהויבן אונדזער פרײנדשאפט. ױדל בורשטײן און מאטל פעלדמאן האבן געארבעט אין טעאטער און א דאנק זיי האב איך אויך דארט אנגעהויבן ארבעטן. שפעטער האבן מיר זיך ארײנגעקליבן אין זעלבן הויז װו זיי האבן געװוינט און איך האב געהאט די מעגלעכקײט צו זען װיפל גוטס זי האט געטאן פאר מענטשן, זי האט אלעמען געהאלפן, טראץ איר שווער לעבן און שווערער ארבעט.

passage_759595050c43297cf9c131a0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1392-1974

אין יאר 1944 האט מען אונדז איבערגעשיקט אויף אוקראינע קיין כערסאן. מיר זענען אהיןגעפארן צוזאמען אין די עשאלאנען און וואס מער מיר זענען געווען אין איינעם, אלץ שטארקער האט זיך אנטוויקלט אונדזער פריינדשאפט. אין יאר 1946, ווען מיר האבן זיך אומגעקערט אין באפרייטן פוילן, האט זיך אנטפלעקט פאר אונדז דאם אומגליק. איך פלעג זיך אפט טרעפן מיט איר און געוויסט מיט וואס פאר א אויסדויער זי טראגט די לאסט פון איר לעבן. מיט וויפל מסירת נפש פלעגט זי זיך מטפל זיין מיט איר אומגליקליכן מאטעלע. תמי ד האט זי גערעדט וועגן זיין קלוגשאפט.

passage_b4baa9e83f223f7853f0d5b0